Топ-100
Back

ⓘ קראנקייט. א קראַנקייט אדער חלאַת איז א מעדיצינישע צושטאנד פונעם קערפער אדער מוח פון א לעבעדיקן באשעפעניש וואס שאפט ווייטאג, אומבאקוועמקייט, צרות אדער טויט צום מ ..




קראנקייט
                                     

ⓘ קראנקייט

א קראַנקייט אדער חלאַת איז א מעדיצינישע צושטאנד פונעם קערפער אדער מוח פון א לעבעדיקן באשעפעניש וואס שאפט ווייטאג, אומבאקוועמקייט, צרות אדער טויט צום מענטש וואס ליידט פון דער קראנקייט. ווען די קערפּער פונקציאנירט שוין נישט מיטן פולן ברען, איז מען קראנק.

א קראנקייט קען קומען פון דרויסן, פון באקטעריע, ווירוסן אדער פאראזיטן, אדער פון דרינען, פון א גענעטישן פעלער אדער א כראנישער ענדערונג אינעם קערפער.

ווען א מענטש ליידט פון א קראנקייט איז א דאקטער מטפל מיט אים; ווען א בעל חי ליידט פון א קראנקייט ווערט דאס באהאנדלט דורך א וועטערינאר.

                                     

1. פארמיידן קראנקייטן

עס זענען פאראן קראנקייטן וואס זענען זייער פארשפרייט אדער האבן שווערע רעזולטאטן, און מען טוט זיי קאנטראלירן אפילו ביי געזונטע מענטשן. אז מען טרעפט אזא קראנקייט גאנץ פרי קען מען זיי היילן איידער זיי שאפן פראבלעמען. למשל, פארשידענע ראקן קען מען היילן נאר ווען מען טרעפט זיי גאנץ אין אנהייב.

נאך א ביישפיל איז אימוניזירונג. דער פרינציפ דערפון איז צו גרייטן דעם קערפער צו דער קראנקייט. דער קערפער האט זיין אייגענע פארטיידיקונג קעגן קראנקייטן, וואס הייסט די אימיון סיסטעם. די אימיון סיסטעם געדענקט וועלכע קרענק דער מענטש האט שוין געליטן. ווען א מענטש היילט זיך פון א קראנקייט שאפט די אימיון סיסטעם אנטיקערפערס קעגן דער קראנקייט. למשל, מען גיט א קליין קינד וואס האט קיין מאל נישט געווען קראנק מיט מאזלען א צארטע פארעם פון דעם מאזלען־ווירוס. די אימיון סיסטעם פונעם קינד הייבט אן שאפן אנטיקערפערס קעגן דעם ווירוס. ווען שפעטער קומט דאס קינד אין קאנטאקט מיט דעם זעלבן ווירוס, געדענקט די אימיון סיסטעם און קען קעמפן קעגן דעם ווירוס.

                                     
  • א געשלעכט - קראנקייט איז א קראנקייט וואס ווערט אריבערגעטראגן דורך געשלעכטלעכע באציאונגען. טייל פון די קראנקייטן האבן נישט קיין רפואה, למשל הערפעס טאמער
  • וואלטער לעלא נד קראנקייט 4טן נאוועמבער, 1916 17טן יולי, 2009  איז געווען אן אמעריקאנער זשורנאליסט און פאר לאנגע יארן דער אנקער מאן אויף דער סי בי עס
  • קינדער - פא רא ליז איז אן א קוטע ווירוס אינפעקטיווע קראנקייט וואס פארשפרייט זיך פון איין מענטש צו אן אנדערן. די קראנקייט איז אן אנצינדונג פונעם מארעך אינעם חוט השדרה
  • רוים. 1967 - אויסברוך פון דער זעקסטאגיקער מלחמה 1981 - די טויטלעכע עידס קראנקייט ווערט אנטדעקט. 1723 - אדם סמיט, שאטישער עקאנאמיסט געש 1790 1854 - יהודה
  • מאלענקאוו ווערט באשטימט דעם פירער פונעם סאוועטן פארבאנד 1981 - וואלטער קראנקייט פארלאזט ברענגען די נייעס אויף דער CBS נעצווערק נאך 19 יאר 2008 - די ישיבה
  • נאך סימפטאמען זענען הוסט, ברוסט פיין און פיבער. זי איז א גאנץ פארשפרייטע קראנקייט וואס מען קען כאפן סיי יונג סיי אלט. לונגען אנצינדונג קען קומען פון באקטעריע
  • פאקן ענגליש: smallpox איז א שטארק אנשטעקיקע קראנקייט פון מענטשן, וואס קומט פון דעם ווירוס Variola major. דער ווירוס גייט אריבער צווישן מענטשן דורך דער
  • געוויסע קאנסערס זיינען אויך פארבונדן מיט די ענדלעכע סטאדעיס פון דער קראנקייט כאטש רפואות קעגן איידס און HIV זיינען פאראן, און שטערן דעם ווירוס צו אוואנסירן
  • געליטן פון די פאליא קראנקייט וואס איז א קראנקייט וואז שעדיגט די פוס, און דער באטראפאנער קען נישט גיין. ער האט געכאפט די קראנקייט אויגוסט 1921, ווען ער
  • אונטער - פאמיליע פון Orthocoronavirinae. דער ווירוס איז גורם אן אנשטעקנדיקע קראנקייט אין מענטשן און בעלי חיים. געוויינטלעך איז די אנשטעקונג אין דעם אטעם - סיסטעם

Users also searched:

...