Топ-100
Back

ⓘ יוסף גרינוואלד. ער איז געווען א תלמיד פון זיין גרויסן פעטער, רבי אליעזר דוד גרינוואלד זצל, בעל קרן לדוד, וועלכער איז געווען סאטמארער רב, און האט אבער נישט זוכה ..




יוסף גרינוואלד
                                     

ⓘ יוסף גרינוואלד

ער איז געווען א תלמיד פון זיין גרויסן פעטער, רבי אליעזר דוד גרינוואלד זצ"ל, בעל "קרן לדוד", וועלכער איז געווען סאטמארער רב, און האט אבער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, דעריבער האט ער כמעט ווי אדאפטירט דעם פלימעניק, און אים געהאלטן ווי אן אייגן קינד, און האט אים אפילו חתונה געמאכט, מיט זיין ברודער הגה"ח ר יעקב יחזקי גרינוואלדס טאכטער, פון וועם זיי האבן געהאט 10 קינדער.

אין דער יוגנט איז ער געווען דיין אין דער שטאט סאטמאר. נאך דער פטירה פון זיין פאטער ר יעקב יחזקי גרינוואלד האט ער ממלא מקום געווען זיין פלאץ אין קהל עדת ישראל אין דער שטאט פאפא.

זיין ערשטע ווייב און קינדער זענען אלע אומגעקומען אינעם צווייטן וועלט קריג. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער נאכאמאל חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון זיין משפחה הרה"ח ר יששכר בערמאן וועבער ז"ל, אבער נאך פאר דעם האט ער אימערמידליך געארבעט אויף צו לעבן די עצמות יבשות און זארגן פיזיש און גייסטיש פאר די אומצאליגע יתומים מבני עירו. ער האט אויפגעשטעלט א ישיבה אין דער שטאט סאמבאטהעלי, אבער נאך א קורצער צייט איז געווען קלאר אז אונטער די קאמוניסטן וועט זיין שווער אדער גאר אוממעגליך אנצוהאלטן אידישקייט. האט ער אינאיינעם מיט זיין פאמיליע און ישיבה עמיגרירט קיין אנטווערפן, בעלגיע, וואו ער האט אנגעפירט מיט א ישיבה און א קהילה, ביז ער האט אין אנפאנג שנת תשי"א עמיגרירט קיין אמעריקע, און דארט איבער געפלאנצט זיין ישיבה, און געגרינדעט די קהילה קהלת יעקב פאפא, ווי אויך דאס פאפער חסידות, וועלכע האט זיך מיט די יארן פארגרעסערט און גאר שטארק צושפרייט איבער עטליכע שטעט אין ניו יארק, מאנטרעאל, ארה"ק און אייראפע. א יאר פאר זיין פטירה האט ער אויך געגרינדעט א ישוב "קרית פאפא" אינדרויסן פון שטאט ניו יארק, וואו ער האט באלד אריבער געפירט זיין ישיבה, און דארט איז ער אין ענדע אויך נטמן געווארן.

הגה"צ רבי יוסף איז געווען נשיא פון התאחדות הרבנים פון תש"מ ביז צו זיין פטירה.

ער איז געווען באוואוסט אלץ א גרויסער גאון און צדיק, און פון די פירער פון יהדות אמעריקע נאכן וועלט קריג. ער האט ארויסגעגעבן דעם ספר ויחי יוסף על התורה, און שו"ת ויען יוסף. ער איז נפטר געווארן י"ג אב התשד"מ.

                                     

1. משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • ר ישראל מנחם גרינוואלד רב קהל תולדות יוסף בארא פארק
  • ר אהרן גרינוואלד דער היינטיגער פאפא דיין.
  • זיין ממלא מקום ר יעקב יחזקי גרינוואלד פאפא רבי

זיינע איידעמעס זענען:

  • ר יעקב שלמה מייזליש אבד"ק לימנוב.
  • ר משה ראזנער אבד"ק טערצאל
                                     
  • יחזקיהו גרינוואלד דער רב פון דער קהילה עדת ישראל, אין דער שטאט פאפא. זיין ממלא מקום איז געווען הרב יוסף גרינוואלד דער פאפא רב. ר יוסף גרינוואלד האט איבער
  • יחזקיה גרינוואלד נפ ב אדר תש א פון פאפא, מחבר פון ויגד יעקב הרב יוסף גרינוואלד נפ י ג אב תשמ ד פאפא רב און רבי, מחבר פון ויחי יוסף הרב יעקב
  • ויגד יעקב. ער איז נפטר געווארן ב אדר ה תש א. זיין זון איז געווען הרב יוסף גרינוואלד דער פאפער רב פון וויליאמסבורג. הרב יעקב יצחק ניימאן, רב פון דער בעלזער
  • ר יהושע גרינוואלד איז געבוירן אין תרס ט אין חוסט, אונגארן היינט אוקראינע צו זיין פאטער, הרב אברהם יוסף גרינוואלד זון פון הרב משה גרינוואלד מחבר פון
  • קראקע, דער מגלה עמוקות ה תקפ ט - רבי מרדכי בנעט ה תש ו - הרב ד ר יצחק ברויער, דענקער, שרייבער און אגודיסט ה תשמ ד - הרב יוסף גרינוואלד אב ד פון פאפא
  • קהלת יעקב אין בארא פארק און אין מאנסי. ער איז דער עלטסטער זון פון רבי יוסף גרינוואלד דער פריערדיגער פאפא ער רב. ער איז געווען דיין בעפאר ער איז געווארן
  • 1911 - הרב משה גרינוואלד מחבר פונעם ספר ערוגת הבושם ביז זיין פטירה תרע א ביז תרפ א - זיין זון הרב אברהם יוסף גרינוואלד תרפ א ביז תרצ ג - הרב יוסף צבי דושינסקי
  • טאטע פון ר מאיר ל פרעמישלאנער געב ה ת ק ה תש א - הרב יעקב יחזקיהו גרינוואלד רב אין פאפא ה תשכ ד - רבי אברהם קאלמאנאוויטש, ראש ישיבה פון דער מירער
  • הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד ה תר ן, 1890   י ח ניסן, תשט ו איז געווען אן אמעריקאנער רב פון אן אונגארישער אפשטאמונג און א היסטאריקער. ער האט מחבר געווען
  • מאיר ל פרעמישלאנער געב ה ת ק ה תש א שנה פשוטה - הרב יעקב יחזקיהו גרינוואלד רב אין פאפא ה תשכ ד שנה פשוטה - רבי אברהם קאלמאנאוויטש, ראש ישיבה פון

Users also searched:

...