Топ-100
Back

ⓘ ציפי ליבני. צפורה ציפּי מלכה ליבֿני איז געווען די אויסלאנד מיניסטערין אין ישראל און א געוועזענע פארזיצערין פון קדימה פארטיי. פאר דעם איז זי געווען א כנסת דעפוטא ..




ציפי ליבני
                                     

ⓘ ציפי ליבני

צפורה "ציפּי" מלכה ליבֿני איז געווען די אויסלאנד מיניסטערין אין ישראל און א געוועזענע פארזיצערין פון קדימה פארטיי. פאר דעם איז זי געווען א כנסת דעפוטאטין פון דער ליכוד פארטיי.

זי האט אויפגעבויט א פארטיי פאר איר רעגירונג, וואו זי האט געוואלט זיין די פרעמיער מיניסטערין.

ביי די וואלן פון 2009, איז די קדימה פארטיי אריינגעקומען מיט די מערסטע שטימען, זייענדיק די גרעסטע פארטיי אין דעם כנסת, אבער זי האט נישט געקאנט צאמשטעלן קיין קאליציע, אויפשצוטעלן א רעגירונג, האט דער פרעזידענט שמעון פערעס, ארויפגעלייגט אויף בנימין נתניהו, דאס פליכט פון אויפשטעלן די נייע רעגירונג.

זי איז געווען פארזיצערין פון דער קדימה פארטיי ביז ד ניסן תשע"ב ווען קדימה האט געוויילט שאול מופז איר נייער פארזיצער.‏

דורכאויס די וואלן פון 2015 צום כנסת, האט זי געשאפן א קאאליציע מיט יצחק הערצאג, גערופן די ציוניסטישע באוועגונג איינגלידערינג ציפי ליבניס באוועגונג אין די ליסטע פון ארבעטס-פארטיי. דער שפעטערדיקער פירער פון דער פארטיי נאך הערצאג, אבי גבאי, האט אויפגעלעזט אין 2019 די קאאליציע און פארשיקט ליבני מיט איר ליסטע פון דער פארטיי. ליבני האט פרובירט שאפן פאליטישע פארבינדונגען מיט בעני גאנץ זייענדיק אומערפאלגרייך, דעריבער האט זי אום 18טן פעברואר 2019 געמאלדן, אז זי וועט זיך נישט פארמעסטן אין די וואלן און רעזיגנירט פון פאליטיק.