Топ-100
Back

ⓘ לאנדאנער זאא. ZSL לאנדאנער זאא איז דער עלצטער וויסנשאפטלעכער זאא אין דער וועלט. ער איז געעפנט געווארן אין לאנדאן דעם 27סטן אפריל 1828, און די לכתחילהדיגע כוונה ..




לאנדאנער זאא
                                     

ⓘ לאנדאנער זאא

ZSL לאנדאנער זאא איז דער עלצטער וויסנשאפטלעכער זאא אין דער וועלט. ער איז געעפנט געווארן אין לאנדאן דעם 27סטן אפריל 1828, און די לכתחילהדיגע כוונה איז געווען אז ער זאל זיין א זאמלונג פאר וויסנשאפטלעכער שטודיע. ער איז געעפנט געווארן צום ציבור אין 1847. היינט טוט דער זאא באהויזן 16.802 בעלי חיים פון 704 זגאלן, כמעט די גרעסטע זאמלונג אינעם פאראייניגטן קעניגרייך.

דער זאא ליגט צו דער צפון זייט פון רעגענטס פארק דער רעגענטס קאנאל רינט אדורך אים. און זיין פארוואלטונג איז אונטער דער זאאלאגישער חברה פון לאנדאן געגרינדעט 1826. די חברה האט אויך א ברייט ארט אין וויפסנייד פארק זאא אין בעדפארדשיר וואו אהין מהאט אריבערגעפירט די גרעסערע חיות, למשל העלפאנדן און נאז-הערנער. אחוץ פון זיין דער ערשטער וויסנשאפטלעכער זאא, דער לאנדאנער זאא האט אויך געעפנט דאס ערשטע רעפטילן הויז 1849, דער ערשטער ציבורישער אקוואריום 1853, דאס ערשטע אינסעקטן הויז 1881 און דעם ערשטן קינדער זאא 1938.

די נענטסטע לאנדאנער אונטערגרונד סטאנציעס זענען קאמדן טוין and טשאלק פארם. די בוס רוטע 274 פארט לעבן דעם זאא.

                                     

1. זאנעס און אטראקציעס

רעפטילן הויז

דאס רעפטילן הויז האט געעפֿנט אין 1927 אויסגעפלאנעוועט פֿון זשוין ביטשאם פראקטאר און סיר גי דויבער.

די רעפטילן וואס וואוינען דארט שליסן אײַן יאשטשערקעס, טשערעפאכעס, קראקאדילן און שלאנגען; לעבן דעם הויז איז דער קאָמאָדאָ דראקאן הויז.

                                     

2. דרויסנדיגע פארבינדונגען

  • אייראפעישע אסאסיאציע פון זאאס און אקוואריומס
  • וועלט אסאסיאציע פון זאאס און אקוואריומס
  • London Zoo at British Zoos
  • ZSL Bushmeat and Forest Conservation
  • לאנדאנער זאא וועבארט
  • זאאלאגישע חברה פון לאנדאן וועבארט
  • ZSL Annual Review
  • לאנדאנער זאא אינעם 19טן י"ה
  • בריטישע און אירישע אסאסיאציע פֿאר זאאס און אקוואריומס

מוסטער:Coor title dms