Топ-100
Back

ⓘ שלמה קארליבאך. ער איז געבוירן אין בערלין צוזאמען מיט זיין צווילינג ברודער אליהו חיים. ווען די נאצי פארטיי האט זיך אנגעהויבן שטארקן אין דייטשלאנד, האט זיך די משפ ..




שלמה קארליבאך
                                     

ⓘ שלמה קארליבאך

ער איז געבוירן אין בערלין צוזאמען מיט זיין צווילינג ברודער אליהו חיים.

ווען די נאצי פארטיי האט זיך אנגעהויבן שטארקן אין דייטשלאנד, האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן קיין באדן, עסטרייך וואו זיין טאטע האט אנגענומען דעם רבנות פאסטן.

אין תרצ"ט האבן זיי אימיגרירט קיין אמעריקע וואו זיין פאטער האט געגרינדעט א ביהמ"ד אין מאנהעטן בית יעקב וועלכע איז היינט באוואוסט אלס קארליבאך שוהל.

ער האט געלערנט אין בית מדרש גבוה ביי הגאון רבי אהרן קאטלער, און פריער ביי הגאון רבי שלמה היימאן אין תורה ודעת; נאכער איז ער געווארן א חב"דסקער חסיד.

אין חב"ד האט ער אנגעהויבן מקרב זיין פרייע אידן צו זייער רעליגיע און טראדיציע דורך פארציילן מעשיות און זינגען פאר זיי, צוזאמען מיט זיי טאנצענדיג און אריינדרינגען אין זייער נשמה.

אזוי ווי ער איז נאך געווען א בחור און זיך געמישט מיט מיידלעך בשעתן זינגען, האט אים זיין רבי און פירער, דער לובאוויטשער רבי פארבאטן אז ער טאר מער נישט זינגען פאר קיין געמישטע אוידיענצן, ער האט אבער זיך נישט געקענט צוריק האלטן זאגנדיק אז ער טוט אויף דערמיט זייער אסאך האט ער זיך צושיידט פון חב"ד און געווארן א ראביי פאר זיך פירנדיג א קהילה פון איינגעזאמלטע היפיס אין סאן פראנציסקא קאליפארניע.

ער האט אויך געהאט א ביהמ"ד אין ברוקלין.

ער פלעגט ארומפארן איבער דער וועלט זינגען און מקרב זיין יודן צו יודישקייט, בפרט אין די געוועזענע קאמוניסטישע לענדער. היינט ווערן זיינע ניגונים געזינגען אין אלע יידישע פרומע חסידישע הייזער און שמחות.

געהאט צוויי טעכטער "אסתר נשמה טהורה", און "חנה נדרה נפשי" און געווען אפגעטיילט פון זיין ווייב "נעילה".

ער האט מקרב געווען טויזנטער רחוקים צו אידישקייט, און ווייל אין יענער צייט איז די היפי באוועגונג געווען זייער גרויס, איז ער אריין אין זייער טיפעניש, און זיי ארויף געשטיפט צו העכערס, און זיי זענען געווארן נאנט מיט אים צוליב זיין שיינע שטימע און הארציגע ניגונים. ער פלעגט קענען זיך קושן און האלזן מיט היימלאזע שמוציגע שטונקעדיגע מענטשן, ווארשיינליך צוליב זיין אומגלויבליכער ליבשאפט פאר אנדערע, און צוליב זיין עקסטרעמע ליבשאפט צו גאטס באשעפענישען, איז זיין דרך געווען זייער קאנטראווערסיעל, און איז נישט געווארן אנגענומען אין די אלגעמיינע חסידישע געמיינדעס, כאטש ער איז געווען זייער מקורב ביים אמשינאוועררבין, וואס האט זיך אמאל אויס געדרוקט צו זיינע חסידים אויף אים "דער יוד וועט האבן מער עוה"ב, ווי וואס עץ מיינט אז איך וועל האבן".

                                     

1. זיינע ווערק

ער האט רעקארדירט ביי זיין לעבן איבער טויזנט ניגונים, וואס טייל ווערן פון צייט צו צייט פריש אנטפלעקט.

ער האט געהאט זיין אייגנארטיגע נוסח התפלה, אויף וועלכע עס דאווענען היינט זיינע תלמידים ווי למשל יהודה גרין, און פלעגט דערציילן מעשיות אויף: ענגליש, העברעאיש, דייטש און יודיש. אויך פלעגט ער זינגען אלטע יודישע לידער.

זינט זיין פטירה זענען שוין ארויסגעקומען צענדליגער ספרים, ביכער און אלבאמען פון זיינע מעשיות און ניגונים. אזוי אויך איז זיין לעבן א טעמע פאר פילמען און טעאטער שפילן.

                                     

1.1. זיינע ווערק ענגליש

  • Kol Chevra - yearly magazine, edited by Emunah Witt
  • The holy beggars banquet - traditional jewish tales and teachings of the late great Reb Shlomo Carlebach and others, by Kalman Serketz, Jason Aronso pub.
  • Lamed Vav - a collection of the favorite stories of Rabbi Shlomo Carlebach ztz"l, told and illustrated by Tzlotana Barbara Midlo
  • Shlomos Stories - selected tales by Sholomo Carlebach with Susan Yael Mesinai, Jason Aronso pub.
                                     

1.2. זיינע ווערק טעאטער

  • נשמה דאקטאר אויף ענגליש אין בראדוועי
  • קרליבך חי דורך יידישפיל אין תל אביב
                                     

2. וועבלינקען

  • שלמהלע לייוו ביי די עבודת הקודש אין הייליגן טאג הושענא רבה מיט די נענועים פון לולב און אתרוג
  • גוגל ווידעא קליפס פון שלמהלע קארליבאך
  • רבי שלמה זינגט א יידישן ניגון "געוואלדזשע ברודער"
  • דער פארום רבי שלמה קארליבאך אויף בחדרי חרדים
                                     
  • ה תרפ ה - רבי שלמה קארליבאך קאמפאזיטאר און זינגער ה תשי ב - רבי יצחק יוסף, איז דער ראשון לציון ה תר א - הרב צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר
  • ה תשל ד ー ארלי לוי אבעקאסיס איז א ן ישראלדיקע פ א ליטיקערין ה תשנ ה ー הרב שלמה קארליבאך זינגער נעים זמירות ה תשס ב ー הרב אלעזר מנחם מן שך, פאנאוועזשער ראש ישיבה
  • בריליאנטן. אין 2007 איז די באפעלקערונג געווען 3, 888, 180. א קליפ וואו שלמה קארליבאך מיטן חזן ארי קליין זינגען אין א רעסטאראן אין יאהניסבורג אין יאר תשמ ו
  • געמאכט און פארברענט 1700 שולן אין איין נאכט. ה תשנ ה - נפטר געווארן הרב שלמה קארליבאך ה תשס ב - נפטר געווארן הרב אלעזר מנחם מן שך, פאנאוועזשער ראש ישיבה
  • עלף ניגונים אויף שבת און ימים טובים פארפאסט דורך רבי שלמה קארליבאך און אנטדעקט דורך זיין תלמיד שלמה כ ץ און ארויסגעגעבן לכבוד די צוואנציגסטע יארצייט. כץ
  • א פרומער אידישער נגינה קאמפאזיטאר און זינגער. ער איז א תלמיד פון ר שלמה קארליבאך ער זינגט און שרייבט נגינה אויפן סטיל פון שלמה לע, און ווערט באטראכט
  • תפילה אין דער קארליבאך שול אין וועסט סייד, מאנהעטן ער איז באקאנט אלס נאכפאלגער און תלמיד וועלכער זינגט און דאוונט אויפן נוסח פון שלמה קא רליבא ך. יהודה
  • מוזיק שפיל, אין צוויי אקטן, וועגן דעם לעבן פונעם באקאנטן זינגעדיגן רבי שלמה קארליבאך עס איז צוערשט געשפילט געווארן אין ניו ארלינס דעם 8טן נאוועמבער 2010
  • חסידישער מוזיק - טרופע וואס זינגען בראסלעווער ניגונים אויפן סטיל פון ר שלמה קארליבאך און פארן ארום איבער דער וועלט אויפטרעטן אין יידישע צענטערן זיי מעורר
  • 1969 - וואצלאוו שערפינסקי, פוילישער מאטעמאטיקער געב 1882 1994 - הרב שלמה קארליבאך קאמפאזיטאר פון הארציגע ניגונים געב 1925 וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע

Users also searched:

...