Топ-100
Back

ⓘ וויסנשאפט מוזיי. דער וויסנשאפט מוזיי אין דער אויסשטעלונג גאס, דרום קענזינגטאן, אין לאנדאן, ענגלאנד, איז א טייל פון דער נאציאנאלער מוזיי פאר וויסנשאפט און אינדוס ..




וויסנשאפט מוזיי
                                     

ⓘ וויסנשאפט מוזיי

דער וויסנשאפט מוזיי אין דער אויסשטעלונג גאס, דרום קענזינגטאן, אין לאנדאן, ענגלאנד, איז א טייל פון דער נאציאנאלער מוזיי פאר וויסנשאפט און אינדוסטריע. דער מוזיי איז פון די הויפט טוריסטן אטראקציעס אין לאנדאן.

                                     

1. אנפאנג

דער מוזיי איז געגרינדעט אין יאר 1857 דורך בענעט וואודקראפט פון דער זאמלונג פון דער קעניגלעכער חברה פון קונסט און פון איבעריגע זאכן פון דער גרויסער אויסשטעלונג. דער מוזיי איז געווען ארגינעל א טייל פון דעם דרום קענזינגטאן מוזיי. אין 1893 האט מען ממנה געווען א באזונדערן דירעקטאר פון די וויסנשאפט זאמלונגעאן. אין 1899 האט די מלכה וויקטאריע, בשעתן לייגן די אבן הפינה פון די נייע בנינים פון דעם מוזיי, געהייסן ענדערן דעם נאמען פון דעם מוזיי אויף וויקטאריע און אלבערט מוזיי. אין 1909 האט מען אפיציעל צעטיילט די וויסנשאפט זאמלונגען מיטן נאמען וויסנשאפט מוזיי.

                                     

2. זאמלונגען

דער מוזיי האלט א זאַמלונג פון מער ווי 300.00 איינסן, כולל באַוואוסטע איינסן ווי סטעפענסאןס ראקעט, פאפינג בילי, דער ערשטער דזשעט מאטאר, דאס ווידערמאכן פון DNA דורך פראנסיס קריק און זשיימס וואטסאן, פֿריאיקע דאמפֿמאטארן, א פֿונקציאנירנדיקע דוגמא פון דעם דיפערענץ מאטאר פון טשארלס באבעדזש. דער מוזיי האט אויך הונדערטע אינטעראקטיווע אויסשטעלן. דאס אריינגיין אין דעם מוזיי איז בחינם זייט דעם ערשטן דעצעמבער 2001.