Топ-100
Back

ⓘ הגדה של פסח. די הגדה של פסח שטאמט פון אן אוראלטן מדרש וואס ווערט שוין דערמאנט אין דער משנה.‏ הגדה של פסח איז דער טראדיציאנאלע נוסח באנד, וואס מען זאגט ביים סדר ..




הגדה של פסח
                                     

ⓘ הגדה של פסח

די הגדה של פסח שטאמט פון אן אוראלטן מדרש וואס ווערט שוין דערמאנט אין דער משנה.‏

הגדה של פסח איז דער טראדיציאנאלע נוסח באנד, וואס מען זאגט ביים סדר נאכט די ערשטע נעכט יו"ט פסח. די אומצאליגע הגדות, וואס זענען היינט אומשאצבארע אנטיק און סחורה, איז די עלצטע געדרוקטע ספר אינעם יודישער היסטאריע.

מען זאגט די הגדה פסח ביים סדר, באזירט אויפן פסוק "והגדת לבנך", כדי צו פארציילן די כראניקאלן פון יציאת מצרים.

די הגדה הייבט אן מיט קידוש, דער ערשטעט פון די פיר כוסות. נאכדעם פרעגט א קינד אדער אלע קינדער די מה נשתנה און דער פאטער אדער ווער עס פירט דעם סדר זאגט איבער מגיד. מען טרינקט דעם צווייטן כוס, מעט עסט די כזית מצה, און מרור. דערנאך עסט מען די סעודה און מען בענטשט אויפן דריטן כוס. דערנאך איז מען ממשיך די הגדה מיטן צווייטן טייל פון הלל און נשמת און מען טרינקט דעם פערטן כוס. סאיז א מנהג צו זינגען פארשיידענע פיוטים און געזאנגען ביים סוף פונעם סדר.

                                     

1. הא לחמא עניא

אין דער צייט ווען די יודן זענען געווען אין גלות בבל, האט מען זיך געפירט אז ערב פסח נאכמיטאג האט מען אויסגערופן אין די גאסן אז דער וואס האט נישט קיין געלט קען קומען אין די הייזער פון די "עשירים" צו עסן די סעודת יו"ט. כדי זיי נישט צו פארשעמען אז זיי גייען סתם עסן ביי א צווייטע מענטש האט מען אויסגערופען אז מען זאל גיין מקיים זיין די מצוה פון עסן מצה ביי א צווייטען, און אזוי וועט נישט אויסזעהן ווי זיי גייען סתם עסן, נאר זיי גייען מקיים זיין עפעס א מצוה. ווען מען איז צוריק קיין ירושלים האט מען ווייטער אנגעהאלטן מיט דעם שיינעם מנהג נאר מען האט צוגעלייגט אז מען קען אויך מקיים זיין די מצוה פון זיך ממנה זיין צו א "קרבן פסח". דערפאר זאגן מיר דעם "הא לחמא עניא" כדי צו געדענקען דעם שיינעם מנהג:

הֵא לַחְמָא עַנְיָא דאס איז די ארימע ברויט דִּי אֲכָלוּ אַבְהָתָנָא וואס אונזערע עלטערען האבן געגעסן בְּאַרְעָא דְמִצְרָיִם אין דעם לאנד מצרים. און פון דעמאלס אהן זענען מיר מחוייב צו עסן מצה, און דערפאר כָּל דִּכְפִין יעדער וואס איז הונגעריג יֵיתֵי וְיֵכוֹל זאל קומען און עסן מצה און ווי אויך די סעודת יום טוב. ווען זיי זענען צוריק קיין ארץ ישראל האבן זיי צוגעלייגט אז כָּל דִּצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח דער וואס וויל זיך ממנה זיין קען זיך ממנה זיין מיט אונזער קרבן פסח, און קומען עסן, ווען זיי זענען נאך געווען אין גלות בבל האבן זיי געזאגט הָשַּׁתָּא הָכָא, יעצט זענען מיר דא אין גלות בבל, אבער לְשָׁנָה הַבָּאָה האפן מיר אז אין די קומענדיגע יאהר וועלען מיר זיין בְּאַרְעָא דְיִשְׂרָאֵל. אין דעם לאנד ארץ ישראל, ווען זיי זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל האבן זיי געזאגט, הָשַּׁתָּא עַבְדֵי, יעצט זענען מיר נאך קנעכט פאר די מלכי פרס ויון, אבער מיר האפן אז לְשָׁנָה הַבָּאָה אין דעם קומענדיגן יאר וועלן מיר זיין בְּנֵי חוֹרִין אינגאנצן פריי:

                                     

2. סיפור יציאת מצרים

עס איז דא א מצות עשה אין דער נאכט פון פסח צו דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים, און כדי צו מעורר זיין דעם מענטש צו די דערציילונגען אז מען זאל נישט דארפן ווארטן ביז דעם סוף פין דער הגדה צו הערן די מעשה, האט דער בעל ההגדה מסדר געווען אין אנהייב ענינים וואס טוען כולל זיין דעם גאנצן סיפור בקיצור, ווי מיר זען די "דראסטישע פארקערטקייטן" אז דא זענען מיר געווען קנעכט און צום סוף זענען מיר געווארן גרינטלעך פריי. דער וועג וואס דער בעל ההגדה האט דאס ארויס געברענגט איז דורך א קשיא און א תירוץ. אין די ערשטער צוויי קשיות ווייזן מיר אז אין די נאכט טוען מיר זאכן וואס ווייזען אויף קנעכטשאפט און די אנדערע צוויי קשיות ווייזן מיר אז מיר טוען זאכן וואס ווייזען אויף פרייהייט, איז דאך דאס א סתירה, זענען מיר פריי אדער זענען מיר קנעכט? און בכלל ווען מען איז מסביר אן ענין בדרך שאלה ותשובה ווערט דאס קלאר ארינגעקריצט אין הארץ:

                                     

3. מה נשתנה

מַה נִּשְׁתַּנָּה הַלַּיְלָה הַזֶּה מִכָּל הַלֵּילוֹת: פארוואס איז אנדערש די נאכט פון פסח פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר, וואס מיר טוען דאך פארשידענע ענדערונגען וואס זענען זיך סותר, צוויי זאכן טוען מיר וואס ווייזען עבדות און אנדערע צוויי זאכן טוען מיר וואס ווייזען אויף פרייהיייט, דער ערשטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין חָמֵץ וּמַצָּה. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסן מיר אדער חמץ אדער מצה הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלּוֹ מַצָּה: אבער די נאכט פון פסח עסן מיר נאר מצה, און מצה ווייזט דאך אויף ארימקייט, דער צווייטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין שְׁאָר יְרָקוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסן מיר אלע ערליי גרינצייגען הַלַּיְלָה הַזֶּה מָרוֹר אבער די נאכט פון פסח עסן מיר מרור, וואס דאס ווייזט דאך אויף עבדות. טרעפען מיר דערווייל צוויי זאכן וואס מיר טוען וואס ווייזען אויף עבדות, דער דריטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אֵין אָנוּ מַטְבִּילִין אֲפִילוּ פַּעַם אֶחָת. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר טונקען מיר נישט איין אפילו איין מאל הַלַּיְלָה הַזֶּה שְׁתֵּי פְעָמִים: אבער די נאכט פון פסח טונקען מיר איין צוויי מאל, איין מאל כרפס אין זאלץ וואסער, אוין איין מאל מרור גרינס פון כריין אין חרוסת, קומט דאך אויס אז מיר טוען דא א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט, דער פערטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין בֵּין יוֹשְׁבִין וּבֵין מְסֻבִּין. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסן מיר סיי זיצענדיג און סיי אנגעלענט הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלָּנוּ מְסֻבִּין אבער די נאכט פון פסח עסן מיר אלע אנגעלענטהייט קומט דאך אויס אז מיר טוען שוין ווייטער א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט? איז וואס טוט זיך דא, זענען מיר קנעכט אדער זענען מיר פריי?

הקדמה: די אלע קשיות וואס מיר האבן געפרעגט אז מיר טרעפען די נאכט סתירות, וועלען ווערען באלד פארענפערט מיט די ערשטע פאהר ווערטער פון עבדים היינו, קודם זענען מיר געווען קנעכט אין מצרים און דערפאר טוען מיר זאכן וואס ווייזען עבדות, אבער נאכדעם האט דער אייבעשטער אונז ארויס גענועמן פון מצרים מיט גרויסע ניסים און נישט בדרך הטבע וועגן דעם טוען מיר זאכן וואס ווייזען אויף חירות:



                                     

4. עבדים היינו

עֲבָדִים הָיִינוּ קנעכט זענען מיר געווען לְפַרְעֹה צו פרעה וואס איז געווען א מלך קשה בְּמִצְרָיִם אין מצרים וואס איז געווען א מדינה קשה. און דאס איז דער טעם פארוואס מיר מאכען סימנים פון עבדות. און נאכדעם איז געווען: וַיּוֹצִיאֵנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ מִשָּׁם דער אייבערשטער האט און ארויס גענומען פון דארט, בְּיָד חֲזָקָה מיט א שטארקע האנט וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה, און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם. און דאס איז דער טעם פארוואס מיר מאכען סימנים פון חירות.

הקדמה: יעצט גייט דער בעל הגדה אנהייבען צו רעדן פון דער חיוב פון סיפור יציאת מצרים אויך אויף אונז, ווייל א מענטש וואלט דאך געקענט פרעגן "וואס איז אונז א חילוק צו אונזערע עלטערן זענען געווארען אויסגעלייזט, מיר זענען דאך אבער נאך אלץ אין גלות?" אויף דעם ענטפערט דער בעל הגדה:

וְאִלּוּ לֹא הוֹצִיא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם, און אויב דער אייבערשטער וואלט נישט ארויס גענומען אונזערע עלטערען פון מצרים הֲרֵי אָנוּ וּבָנֵינוּ וּבְנֵי בָנֵינוּ, מְשֻׁעְבָּדִים הָיִינוּ לְפַרְעֹה בְּמִצְרָיִם. וואלטען מיר און אונזערע קינדער און אונזערע קינדס קינדער געווען אין אסאך א ערגערער שעבוד ווי קנעכטשאפט, צו פרעה אין מצרים. דערפאר: וַאֲפִילוּ כֻּלָּנוּ חֲכָמִים, כֻּלָּנוּ נְבוֹנִים, כֻּלָּנוּ זְקֵנִים, כֻּלָּנוּ יוֹדְעִים אֶת הַתּוֹרָה, אפילו מיר זענען אלע חכמים נבונים, זקנים, און מיר קענען די גאנצע תורה, דאך: מִצְוָה עָלֵינוּ לְסַפֵּר בִּיצִיאַת מִצְרָיִם. איז דא א מצוה אויף אונז צו דערציילען "סיפור יציאת מצרים", ווייל דער עצם סיפור אליין איז אויך א מצוה, כדי אז אלע שפעטעדיגע דורות זאלען אייביג וויסען די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטוהן צו אונזערע עלטערען און צו אונז. נישט נאר איז דא א מצוה צו דערציילען די ניסים, נאר: וְכָל הַמַּרְבֶּה לְסַפֵּר בִּיצִיאַת מִצְרַיִם, הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח: דער וואס פארמערט צו דערציילען די ניסם איז ער געלויבט.

                                     

5. הגדה של פסח

יעצט גייט דער בעל ההגדה ברענגען א ראיה אז אפילו מען איז א חכם ונבון איז נאך אלץ דא א חיוב פון מרבה זיין בסיפור יציאת מצרים:

מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר, וְרַבִּי יְהוֹשֻׁעַ, וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה, וְרַבִּי עֲקִיבָא, וְרַבִּי טַרְפוֹן, עס איז געווען א מעשה מיט רַבִּי אֱלִיעֶזֶר, און ְרַבִּי יְהוֹשֻׁעַ, און רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה, און רַבִּי עֲקִיבָא, און רַבִּי טַרְפוֹן, וואס זיי האבן דאך געהאט די אלע מעלות חֲכָמִים, נְבוֹנִים, זְקֵנִים, יוֹדְעִים אֶת הַתּוֹרָה, שֶׁהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק, וְהָיוּ מְסַפְּרִים בִּיצִיאַת מִצְרַיִם, כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה, וואס זיי זענען געזעצן אין בני ברק, און זיי האבן זייער פארמערט צו דערציילען סיפור יציאת מצרים, און זיי האבן זיך אזוי שטארק אריינגעטוהן אין דעם סיפור אז זיי האבן אפילו נישט באמערקט אז עס איז שוין טאג געווארן עַד שֶׁבָּאוּ תַלְמִידֵיהֶם וְאָמְרוּ לָהֶם: "רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע, שֶׁל שַׁחֲרִית" ביז די תלמידים זענען געקומען און געזאגט אז עס איז שוין געווארען טאג, און עס איז שוין געקומען דעם זמן קריאת שמע של שחרית, און עס איז שוין נישט דא קיין מצוה פון "והגדת לבנך":

הקדמה: וויבאלד מען האט שוין דערמאנט דער תנא "ר אלעזר בן עזריה" האט דער בעל ההגדה שוין אראפגעברענגט זיין שיטה וואס ער האלט וועגן דעם חיוב פון דערמאנען יציאת מצרים יעדן טאג ביי די פרשה פון ציצית.

אָמַר רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה. האט רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה געזאגט הֲרֵי אֲנִי כְּבֶן שִׁבְעִים שָׁנָה, איך בין שוין אזוי ווי זעבעציג יאהר אלט, וְלֹא זָכִיתִי, איך האב נישט זוכה געווען צו קענען מנצח זיין מיינע חברים, שֶׁתֵּאָמֵר יְצִיאַת מִצְרַיִם בַּלֵּילוֹת, אז דער חוב פון דערמאנען יציאת מצרים יעדן טאג אין די פרשה פון ציצית איז אויך ביינאכט. עַד שֶּׁדְּרָשָׁהּ בֶּן זוֹמָא. ביז בֶּן זוֹמָא האט דאס געדרשנט פון דעם פסוק. שֶׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: לְמַעַן תִּזְכֹּר, אֶת יוֹם צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם, כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ. אויב עס וואלט נאר געשטאנען: יְמֵי חַיֶּיךָ וואלט איך געזאגט אז דער חיוב פון דערמאנען יציאת מצרים איז נאר הַיָּמִים די טעג, אבער וויבאלד עס שטייט דאך: כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ דער איבריגע ווארט "כֹּל" דרשענט מען הַלֵּילוֹת. אז אויך אין די נעכט איז אויך דא א חיוב צו ליינען די פרשה פון ציצית און דערמאנען יציאת מצרים מזכירים יציאת מצרים בלילות. וַחֲכָמִים אוֹמְרִים: אבער די חכמים קריגען זיך און זיי האלטען, אויב עס וואלט נאר געשטאנען יְמֵי חַיֶּיךָ וואלטן מיר געהאלטן אז עס מיינט הָעוֹלָם הַזֶּה, אז נאר יעצט פאר די צייטען פון משיח איז דא א חיוב פון דערמאנען יעדן טאג יציאת מצרים ביי די פרשה פון ציצית, און נישט נאכדעם וואס משיח וועט קומען, אבער וויבאלד עס שטייט דאך כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ א איבריגע ווארט "כֹּל" דרשענט מען לְהָבִיא לִימוֹת הַמָּשִׁיחַ אז אויך ווען משיח וועט קומען בב"א וועט אויך זיין א חיוב צו דערמאנען יציאת מצרים:

הסבר: אין די גמרא איז דא א מחלוקת, ווען די גאולת מצרים איז געווען. ר אלעזר בן עזריה וועט האלען אזוי ווי ר יוחנן אז די גאולת מצרים איז אויך געווען ביינאכט, נאר דער עיקר גאולה איז געווען בייטאג, און ער האלט וועגן דעם אז אויך ביינאכט איז דער חיוב פון דערמאנען יעדן טאג יציאת מצרים ביי די פרשה פון ציצית. אבער די חכמים האלטען ווי ר יהושה בן לוי אז בינאכט איז נישט געווען די גאולה און וועגן דעם איז נישט דא קיין חיוב פון דערמאנען ביינאכט יציאת מצרים.

הקדמה: יעצט גייט דער בעל ההגדה אויפווייזען אז דער חיוב פו סיפור יציאת מצרים פסח ביינאכט איז מן התורה, פון דער פסוק והגדת לבנך ביום ההוא לאמר, וואס פון דארט זעהן מיר אז דער חיוב פון סיפור יציאת מצרים איז נישט נאר אויב דער קינד פרעגט, נאר סתם דערציילען איז אויך א חיוב. וויבאלד מען ברענגט אראפ דעם פסוק ברענגט מען שוין אלע פסוקים פון די תורה פון דעם ענין פון סיפור יציאת מצרים. וויבאלד מען גייט דאך יעצט אנהייבן צו דרשענען דרשות פון די הייליגע תורה, ווילען מיר צום ערשט געבן א שבח והודאה צום אייבערשטען וואס איז דער "נותן התורה", און מיט דעם כוונה זאגן מיר:

בָּרוּךְ הַמָּקוֹם. געלויבט איז דער אייבערשטער. בָּרוּךְ הוּא. געלויבט איז ער.

וְאֶת לַחֲצֵנוּ זֶה הַדְּחַק. "לחץ" מיינט אונטער דריקן דאס מיינט, אז מען האט זיי ענג געמאכט כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפען אין אן אנדערען פסוק מער מפורש שמות ג-ט ווי דער אייבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו וְגַם רָאִיתִי אֶת הַלַּחַץ, און אויך האב איך געזעהען די אונטרדריקונג אֲשֶׁר מִצְרַיִם לֹחֲצִים אֹתָם וואס די מצריים טוען זיי אונטערדריקן.

הקדמה: מיט דעם האבן מיר געענדיגט דעם דרש פון דעם פסוק יעצט גייט דער בעל ההגדה דרשענען דעם נעקסטן פסוק:

וַיּוֹצִאֵנוּ יְיָ מִמִּצְרַיִם, בְּיָד חֲזָקָה, וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה, וּבְמֹרָא גָדוֹל וּבְאֹתוֹת וּבְמוֹפְתִים:

וַיּוֹצִאֵנוּ יְיָ מִמִּצְרַיִם. וויבאלד עס שטייט דא דעם שם הוי וואס לכאורה וואלט דאך דאס נישט געדארפט שטיין, און עס וואלט געקענט שטיין "ויוצאנו ממצרים" ווייל מיר ווייסען דאך דאס פון די פריערדיגע פסוקים אז דער אייבערשטער איז דער וואס האט אונז געראטעוועט, מוז זיין אז דאס קומט אונז צו לערנען לֹא עַל יְדֵי מַלְאָךְ, אז דער גאולה איז נישט געווען דארך א מלאך וְלֹא עַל יְדֵי שָׂרָף. און נישט דארך א שרף דאס איז אויך א מין מלאך וְלֹא עַל יְדֵי שָׁלִיחַ און נישט דארך א שליח דאס איז דער מלאך מט"ט וואס הייסט שליח אֶלָּא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּכְבוֹדוֹ וּבְעַצְמוֹ נאר דער הייליגער באשעפער בכבודו ובעצמו שֶׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין א פסוק שמות יב-יב וְעָבַרְתִּי בְאֶרֶץ מִצְרַיִם בַּלַּיְלָה הַזֶּה, איך וועל אריבערגיין אין דעם לאנד מצרים אין דעם נאכט פון הקרבת קרבן פסח וְהִכֵּיתִי כָל בְּכוֹר בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, און איך וועל שלאגן יעדן בכור אין דעם לאנד מצרים מֵאָדָם וְעַד בְּהֵמָה, סיי די מענטשן און סיי די בהמות וּבְכָל אֱלֹהֵי מִצְרַיִם אֶעֱשֶׂה שְׁפָטִים און אין די אפגעטער פון מצרים וועל איך טוהן שטראפונגען אֲנִי יְיָ: איך בין ה, איז וויבאלד עס שטייט דריי לשונות פון מיעוטים, וועלען מיר ממעט זיין דריי מיעוטים, וְעָבַרְתִּי בְאֶרֶץ מִצְרַיִם בַּלַּיְלָה הַזֶּה, וויבאלד עס שטייט "ועברתי" וועלען מיר ממעט זיין אֲנִי נאר איך וועל אריבערגיין וְלֹא מַלְאָךְ און נישט קיין מלאך. וְהִכֵּיתִי כָל בְּכוֹר בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם. וויבאלד עס שטייט "והכיתי" וועלען מיר ממעט זיין אֲנִי נאר איך וועל שלאגן וְלֹא שָׂרָף און נישט קיין שרף. וּבְכָל אֱלֹהֵי מִצְרַיִם אֶעֱשֶׂה שְׁפָטִים, וויבאלד עס שטייט "אעשה" וועלען מיר ממעט זיין אֲנִי נאר איך וועל טוהן וְלֹא הַשָּׁלִיחַ און נישט קיין שליח אֲנִי יְיָ, איך ה אליין וועל זיי אויסלייזען. אֲנִי הוּא נאר איך וועל זיין דער אוסלייזער וְלֹא אַחֵר און נישט קיין צווייטען. יעצט פארשטייען מיר שוין פארוואס עס שטייט "ויוציאני ה ממצרים", און נישט "ויוציאני ממצרים".

עס שטייט ווייטער אין פסוק: בְּיָד חֲזָקָה. און שפעטער שטייט אויך "ובזרוע נטיה" מוז זיין אז מען וועט דרשענען אז "ביד חזקה" גייט ארויף אויף איינער פון די מכות, און מיר וועלען זאגען אז דאס גייט ארויף אויף דעם מכה פון "דבר". ווייל דער מדרש זאגט שמות רבא פ י אז צוזאמען מיט יעדער מכה איז מיטגעקומען דעם מכה פון דבר. קומט אויס אז דער מכה איז א ספעציעלע מכה, וועגן דעם וועלען מיר זאגען אז דער ווארט "ביד חזקה" זוֹ הַדֶּבֶר איז מרמז אויף די מכה פון דבר. וואס פאר א שייכות האט "ביד חזקה" צו די מכה פון דבר? כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווייל עס שטייט דאך אין א פסוק שמות ט-ג הִנֵּה יַד יְיָ הוֹיָה, בְּמִקְנְךָ אֲשֶׁר בַּשָּׂדֶה, אט דער האנט פון דעם אייבערשטען איז געווען אין די פיה פון דער פעלד בַּסּוּסִים בַּחֲמֹרִים בַּגְּמַלִּים, בַּבָּקָר וּבַצֹּאן, דֶּבֶר כָּבֵד מְאֹד: גאר א שווערען דבר, זעהן מיר אז דבר, ווערט אנגערופן יד ה, וועל איך אויך זאגען אז יד חזקה מיינט "דבר".

שטייט ווייטער אין פסוק: וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה. דאס ווארט "נטויה" וועל איך זאגען אז עס מיינט זוֹ הַחֶרֶב. א מכה וואס איז געווען מיט א שווערד, וואס דאס איז מכת בכורות. ווי טרעפען מיר אז "זרוע נטויה" האט א שיכות צו א שווערד? כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, דברי הימים א-כא וְחַרְבּוֹ שְׁלוּפָה בְּיָדוֹ, און זיין האנט איז אויסגעשטרעקט אין זיין האנט נְטוּיָה עַל יְרוּשָׁלָיִם: גענייגט אויף ירושלים.

וּבְמוֹרָא גָּדוֹל זֶה גִּלּוּי שְׁכִינָה, דער מדרגה פון "ובמורא גדול" גייט ארויף אויף דעם גילוי שכינה, דאס מיינט אז עס איז באקאנט געווארען צו די יודן דארך די אותות ומופתים דער געוואלדיגע כבוד פונעם אייבערשטען דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט משדד געווען אלע מערכת השמים וועגן כלל ישראל, דאס אלעס איז געווען כדי זיי ארויסצונעמען פון די טיפקייט פון די טומאה און פון אלע עבודה זרהס פון מצרים, און צו קענען משריש זיין אין זייער הארץ אמונה בה כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין אן אנדערע פסוק אוֹ הֲנִסָּה אֱלֹהִים, צו דען האט אן אפגאט געטוהן אזעלעכע ניסים לָבוֹא לָקַחַת לוֹ גוֹי מִקֶּרֶב גּוֹי, צו נעמען א פאלק די יודן וואס איז געווען געזונקען אין טומאת ע"ז פון א פאלק די מצריים וואס איז געווען פיל מיט עבודה זרהס, און אריינלייגן אין זיי אמונה בה בְּמַסֹּת בְּאֹתֹת וּבְמוֹפְתִים וּבְמִלְחָמָה, דארך ניסים און וואונדער, און דארך מלחמה מיט די גוים וּבְיָד חֲזָקָה מיט א שטארקע האנט פון מכות וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה, און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם ווי די ניסים איז געווען באקאנט פאר יעדעם וּבְמוֹרָאִים גְּדֹלִים און מיט גרויסע מראות, ווי יעדער האט געזעהן ווי דער אייבערשטער האט משדד געווען די טבע כְּכֹל אֲשֶׁר עָשָׂה לָכֶם יְיָ אֱלֹהֵיכֶם בְּמִצְרַיִם, אזוי ווי אלעס וואס דער אייבערשטער האט געטון פאר אייך אין מצרים לְעֵינֶיךָ אז עס זאל זיין אפען צו אייערע אייגענע אויגען, אלעס כדי אז מען זאל קענען ארויס גיין פון טומאת מצרים און גלייבן אז ה אחד. וויבאלד דער פסוק זאגט אז דאס איז געווען אז איר זאלט אליין זעהן מיט די אייגענע אויגן, וועל איך זאגען אז ווען עס שטייט אין פסוק "ובמוראים גדולים" מיינט דאס "גלוי שכינה".

וּבְאֹתוֹת. צייכענעס זֶה הַמַּטֶּה, דאס מיינט דער שטעקען פון משה רבינו כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: אזוי ווי עס שטייט אין אן אנדערע פסוק שמות ד-יז וְאֶת הַמַּטֶּה הַזֶּה תִּקַּח בְּיָדֶךָ. אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה בּוֹ אֶת הָאֹתֹת: דער אייבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו ווען דו וועסט שטיין פאר פרעה זאלסטו טוען מיט דעם שטעקען די אלע צייכענעס.

וּבְמוֹפְתִים זֶה הַדָּם. "מופתים" איז א רמז אויף מכת "דם", וויבאלד עס שטייט בלשון רבים "מופתים" און נישט "מופת" בלשון יחיד, מוז זיין אז עס גייט ארויף אויף א מכה וואס איז געווען צוויי מאל מיעוט רבים שנים וואס דאס איז דם, ווייל די מכה פון דם האט דער אייבערשטער געהייסען טוהן צוויי מאל, איין מאל פאר די יודען אז זיי זאלען גלויבן אז ער קומט בשליחות פון דער אייבערשטער, און איין מאל פאר פרעה. ווי טרעפן מיר אז "מופת" מיינט "דם"? כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפן אין אן אנדערען פסוק: יואל ג-ג וְנָתַתִּי מוֹפְתִים, בַּשָּׁמַיִם וּבָאָרֶץ, איך וועל געבען "מופתים" אין הימל און אין דער ערד, וואס וועט זיין דער "מופת" דָּם. וָאֵשׁ. וְתִימְרוֹת עָשָׁן. זעהן מיר אז "דם" הייסט מופת.

סך הכל: לויט דער פשט איז דער פסוק מרמז אזוי: ביד חזקה מיינט דבר, ובזרוע נטויה מיינט מכת בכורות, מופתים איז דם. פארוואס פונקט די דריי מכות פון די צעהן? דם, ווייל עס איז דער ערשטער מכה פון די מכות. מכת בכורות, ווייל עס איז דער שטערקסטער און די לעצטע פון די מכות, און דבר, ווייל עס איז מיטגעקומען מיט אלע צעהן מכות:

דָּבָר אַחֵר. חוץ די אלע דרשות וואס מיר האבן פריער געלערענט איז דא נאך א פשט, ווייל צו קענען דרשענען די פריערדיגע דרשות וואלט געווען גענוג ווען עס שטייט "ביד" און נישט "חזקה", "בזרוע" און נישט דער ווארט "נטויה" און אזוי אויך אלע אנדערע דרשות, און וויבאלד עס שטייט ביי אלע דרשות טאפעלטע לשונות קען מען דרשענען פאר יעדן ווארט צוויי זאכן, וועל איך זאגען אז יעדער ווארט איז א מכה, און איך וועל זאגען בְּיָד חֲזָקָה וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף צוויי מכות, וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות, וּבְמוֹרָא גָּדוֹל וויבאלד עס שטיט א טאפעלטע לשון וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות. וּבְאֹתוֹת וויבאלד עס שטיט א לשון רבים "אותות" און נישט "אות" וועל איך זאגען שְׁתַּיִם אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות. וּבְמֹפְתִים וויבאלד עס שטייט א לשון רבים "מופתים" און נישט "מופת" וועל איך זאגען שְׁתַּיִם, אז עס איז א רמז אויף נאך צוויי מכות, אֵלּוּ עֶשֶׂר מַכּוֹת צוזאמען איז שוין מרומז די צעהן מכות שֶׁהֵבִיא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל הַמִּצְרִים בְּמִצְרַיִם, וואס דער אייבערשטער האט געברענגט אויף די מצריים אין מצרים וְאֵלוּ הֵן וואס זיי זענען: דָּם. צְפַרְדֵּעַ. כִּנִּים. עָרוֹב. דֶּבֶר. שְׁחִין. בָּרָד. אַרְבֶּה. חֹשֶׁךְ. מַכַּת בְּכוֹרוֹת:

רַבִּי יְהוּדָה הָיָה נוֹתֵן בָּהֶם סִמָּנִים: רבי יהודה האט געגעבן סימנים צו די מכות און זיי זענען דְּצַ"ךְ עֲדַ"שׁ בְּאַחַ"ב: ער האט דווקא צוטיילט די מכות אויף דער אופן, ווייל די צען מכות זענען געווען איינגעטיילט אין דריי, די ערשטער צוויי מכות האט מען געווארענט פרעה פאר דעם, און די דריטע נישט, די פערטע און די פיפטע האט מען יא געווארענט און די זעקסטע נישט, די זיבעטע און די אכטע האט מען יא געווארענט און די ניינטע נישט, דערפאר האט רבי יהודה זיי אזוי איינגעטיילט. די צענטע מכה האט ער צוזאמען געשטעלט מיט דער לעצטער גרופע, כדי אז ער זאל נישט זיין אליין, ווייל ווען ער איז אליין קען מען אים נישט ליינען.

סיומא דמלתא: מיט דעם האבן מיר געענדיגט די דרשות חז"ל פון די פסוקים, יעצט ברענגט דער בעל הגדה פון חז"ל, אז אין יעדער מכה איז מרומז נאך און נאך מכות, און מיט דעם ענדיגט זיך די מצוה פון סיפור יציאת מצרים. דערנאך הייבען מיר אהן צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטען פאר די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן. אלץ א הקדמה ברענגט דער בעל ההגדה דעם "כמה מעלות טובות למקום עלינו", צו ווייזען אז אפילו אויף איין טובה אליין וואלטען מיר געדארפט דאנקען און לויבען דעם אייבערשטען, איז אוודאי און אוודאי אויף די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן דארף מען אוודאי און אוודאי דאנקען און לויבן, און וועגן דעם זאגן מיר באלד דערנאך הלל. עס איז וויכטיג צו באמערקן אז דער טעם פארוואס דער בעל ההגדה ברענגט אראפ רבן גמליאל איידער מען זאגט דעם הלל, איז ווייל דאס וואס מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם נס פון יציאת מצרים, כאטש מיר זענען דאך נאך היינט אין גלות, איז ווייל "חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים", און דאס האט מען דאך פריער ארויסגעלערנט פון "בעבור זה עשה ה לי" וועגן דעם וויל דער בעל ההגדה מקדים זיין די דרשה פון רבן גמליאל, ווי ער דרשענט דעם פסוק "בעבור זה" אז דאס גייט ארויף אויף די מצוות הלילה פון "פסח מצה און מרור".

                                     

6. פירושים אויף דער הגדה

במשך די דורות האט מען געשריבן א סך פירושים אויף דער הגדה. די ראשונים האבן שוין געשריבן פירושים פון וועמען מען ווייסט: רש"י, רשב"ם, ראב"ן, רבי יהודה בר יקר, רבי ישעיה די טראני, שבלי הלקט פון רבי צדקיה ב"ר אברהם הרופא, תניא רבתי, ריטב"א, ארחות חיים פון רבי אהרן הכהן פון לוניל; אויך אין כלבו, אבודרהם, רשב"ץ, רבנו דוד הנגיד, רבנו יצחק ב"ר ישראל, רבנו אברהם חדידה, רבנו נתן ב"ר יוסף מקלמרון, רבנו יצחק ב"ר שלמה אלאחדב, רבנו שם טוב אבן שם טוב הראשון, רבי יצחק אברבנאל און נאך.

                                     
  • בתי הנפש איז א ספר פון חיד א אויף הגדה של פסח געדרוקט אין יאר ה תקס ה, צוזאמען מיטן ספר מראית העין.
  • גאולת עולם איז א ספר פון חיד א אויף הגדה של פסח געדרוקט אין יא ר ה תקנ ד, צוזאמען מיטן ספר כסא דוד.
  • שפה אחת איז א ספר פון חיד א אויף הגדה של פסח געדרוקט אין יאר ה תקנ ט צוזאמען מיטן ספר אהבת דוד.
  • פה אחד איז א ספר פון חיד א אויף הגדה של פסח געדרוקט אין יאר ה תקס א צוזאמען מיטן ספר דבש לפי.
  • איין חלק אויף חג הפסח דאס איז דער דער פירוש אויף הגדה של פסח און אויך מוסר און דרושים אויף עניני פסח דער צווייטער חלק אויף חג השבועות, מוסר און הנהגות
  • נפתלי שבע רצון איז א ספר מיט פירושים אויף דער הגדה של פסח נתחבר דורך רבי נפתלי הירץ גינזבורג. עס איז צוערשט געדרוקט געווארן דורכן מחבר אום ה תס ו. די
  • זרוע ימין איז א ספר פון חיד א, א פירוש אויף הגדה של פסח געדרוקט אין יאר ה תקנ ב, צוזאמען מיטן ספר פני דוד. אויך איז דא נאך א ספר וואס הייסט זרוע ימין
  • פון באגדאד. הרב שלום דאנגור. עץ השדה. חידושים אויף ש ס חזון למועד. זבחי צדק ב חלקים הלכות שחיטה און יורה דעה און שו ת קיבוץ חכמים אויף הגדה של פסח
  • אויסהערן די דערציילונגען פון יציאת מצרים. זעט דעם הויפ ט א רטיקל הגדה של פסח זאגן די הגדה באזירט אויפן פסוק והגדת לבנך כדי צו פארציילן די כראניקאלן פון
  • צווישן די מצות. זעט דעם הויפ ט א רטיקל הגדה של פסח מגיד - מען הייבט אויף די דריי מצות און מען זאגט די הגדה פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל. רחצה - מען
  • איינגעפירט אז דער רב גיט איבער א דרשה פאר ן עולם. אשכנזים זאגן א טייל פון דער הגדה של פסח ביז לכפר על כל עוונותינו מען ליינט א באזונדערע הפטורה פון מלאכי ג
  • ווען עס שטייט אז מען זאל מהדר זיין נאך די גרינצייג כרפס מיינט מען סעלערי, פאר א קלארער ערקלערונג קוקט אין הגדה של פסח עיוני ההגדה פון הרב חיים בעניש.

Users also searched:

...