Топ-100
Back

ⓘ קנישין איז א שטאט אין צפון-מזרח פוילן, וואס געפינט זיך אין פאדלאסיע גובערניע, פריער אין ביאליסטאק גובערניע. זי איז 25 קמ צפון-מערב פון ביאליסטאק. א טייל פון פאד ..




קנישין
                                     

ⓘ קנישין

קנישין איז א שטאט אין צפון-מזרח פוילן, וואס געפינט זיך אין פאדלאסיע גובערניע, פריער אין ביאליסטאק גובערניע. זי איז 25 ק"מ צפון-מערב פון ביאליסטאק.

א טייל פון פאדלאכיע, זי האט געהערט צו דער גרויס הערצאגשאפט פון ליטע. אין 1569 זי איז געווארן אנעקסירט צום פוילישן קרוין. אין 1795 זי איז געווארן אנעקסירט צו פרייסן; אין 1806 איז זי געווארן אנעקסירט צו רוסלאנד, און אין 1919 האט זי צוריקגעקערט צו פוילן.

זי איז געווען די באליבטע וואוינונג פון דעם מלך זיגיזמונד דער צווייטער פון פוילן און ער ליגט באגראבן אין קנישין.

אין התר"ס איז די יידישע באפעלקערונג געווען 3542. אין התרפ"א האבן געוואויט דארט 1235 יידן 35% פון דער באפעלקערונג. קנישין האט געהאט צוויי שולן, א בית מדרש און א מקוה. די עלטסטע הילצענע שול איז פארברענט געווארן אין התרע"ה.

דער לעצטער רב פון קנישין איז געווען הרב מישקינסקי.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה זענען געבליבן נאר 50 יידן פון קנישין.

                                     
  • ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה אין ברוקלין. שמואל בירנבוים איז געבוירן אין קנישין פוילן אין תר ף, און האט געלערנט אין דער אהל תורה ישיבה אין באראנאוויטש

Users also searched:

...