Топ-100
Back

ⓘ ישראל אוימאן. פראפעסאר ישראל אוימאן איז א ישראלדיקער מאטעמאטיקער, געווינער פון דעם נאבעל פריז פאר עקאנאמיק פון 2005, און עמעריטוס פראפעסאר אין דעם העברעאישן אונ ..




                                               

הויפט זייט/ט כסלו

התשס"ו - פראפעסאר ישראל אוימאן באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר עקאנאמיק, פאר זיין ארבעט אין שפיל טעאריע. אין בילד התקפ"ח - רבי דובער שניאורי איז נפטר אין ניעזין התקל"ד - רבי דובער שניאורי, דער מיטעלער רבי פון חב"ד, געבוירן

ישראל אוימאן
                                     

ⓘ ישראל אוימאן

פראפעסאר ישראל אוימאן איז א ישראלדיקער מאטעמאטיקער, געווינער פון דעם נאבעל פריז פאר עקאנאמיק פון 2005, און עמעריטוס פראפעסאר אין דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. זיין עיקר פעלד פון פארשונג איז שפיל טעאריע. ער איז אויך אן אמעריקאנער בירגער און א מיטגליד פון דער נאציאנאלער אקאדעמיע פון וויסנשאפטן אין די פאראייניקטע שטאטן.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

אוימאן איז געבוירן אין פראנקפורט, דייטשלאנד. זיין משפחה האט געוואנדערט אין די פאראייניגטע שטאטן אין 1938, א פאר חדשים פאר קריסטאלנאכט.

ער האט געלערנט אין דער הרב יעקב יוסף ישיבה שולע אין מאנהאטאן. דערנאך האט ער שטודירט מאטעמאטיק אין ניו יארק סיטי קאלעדזש וואו ער האט באקומען זיין ערשטע דיפלאם, און שפעטער האט ער באקומען זיין דאקטאראט פון מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע MIT מיט א טעזיס אין קנופ טעאריע. אין יאר 1955 איז ער אריבער צו פרינצטאן אוניווערסיטעט וואו ער האט אנגעהויבן זיין פארשונג אין שפיל טעאריע, וואס איז דעמאלסט געווען א גאר ניי פעלד פון פארשונג אין מאטעמאטיק.

אין 1955 האט ער חתונה געהאט מיט אסתר שלעזינגער, א טאכטער פון דר. אברהם שלעזינגער, דער דירעקטאר פון שערי צדק שפיטאל. זיי האבן געהאט פינף קינדער. זייער בכור, שלמה, איז געפאלן א קרבן אין דער לבנון שלום אקציע.

אין 1956 האט ער עמיגרירט קיין ישראל און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים.

אסתר אוימאן איז נפטר געווארן אין תשנ"ח. אין תשס"ה האט ישראל אוימאן חתונה געהאט מיט איר עלטערער שוועסטער, בתיה כהן.

                                     

2. וויסנשאפטלעכע ביישטייערונג

אוימאנס גרעסטע ביישטערונג איז אין דעם געביט פון איבערגעחזרטע שפילן.

אין 1989 איז אוימאן דערוויילט געווארן א מיטגליד אין דער ישראלישער אקאדעמיע פון וויסנשאפטן. אין 1994 איז ער באלוינט געווארן מיטן ישראל פריז פאר עקאנאמיק. אין 1995 האט מען אים דערוויילט א פרעמדן מיטגליד פון דער בריטישער אקאדעמיע.

                                     
  • אנוואר סאדאט ווערט דער ערשטער אראבישער פירער צו באזוכן מדינת ישראל ה תשס ו - פראפעסאר ישראל אוימאן באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר עקאנאמיק, פאר זיין ארבעט אין
  • ישראל אוימאן יידישער מאטעמאטיקער, געווינער פון דעם נאבעל פריז פאר עקאנאמיק ה תק ן - רבי דוד פארדא, מחבר פון שושנים לדוד ה תרס ה - רבי חיים ישראל מארגנשטערן
  • באלוינטע: ישראל אוימאן עקאנאמיק 2005 עדה יאנאט כעמיע 2009 פרעזידענטן פון ישראל אפרים קציר, יצחק נבון, משה קצב פרעמיער מיניסטארן פון ישראל אהוד ברק
  • געבוירן ה תקפ ח - רבי דובער שניאורי איז נפטר אין ניעזין ה תשס ו - פראפעסאר ישראל אוימאן באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר עקאנאמיק, פאר זיין ארבעט אין שפיל טעאריע
  • געש 1959 1921 - סוהארטא, פרעזידענט פון אינדאנעזיע געש 2008 1930 - ישראל אוימאן ישראלדיקער מאטעמאטיקער, געווינער פון נאבעל פריז פאר עקאנאמיק 1955

Users also searched:

...