Топ-100
Back

ⓘ קוואדראט ווארצל. אין מאטעמאטיק, אַ קװאַדראט װאָרצל איז א רעאלע צאל וואס ווען מען טאפלט אים מיט זיך אליין גיבט ער ארויס דעם ערשטן צאל. צום ביישפיל: 2 און 2- זיינ ..




קוואדראט ווארצל
                                     

ⓘ קוואדראט ווארצל

אין מאטעמאטיק, אַ קװאַדראט װאָרצל איז א רעאלע צאל וואס ווען מען טאפלט אים מיט זיך אליין גיבט ער ארויס דעם ערשטן צאל.

צום ביישפיל:

  • 2 און 2- זיינען די קוואדראטישע ווארצלען פון 4, ווייל 2 מאל 2 און 2- מאל 2- זיינען גלייך 4.
  • 3 און 3- זיינען די קוואדראטישע ווארצלען פון 9, ווייל 3 מאל 3 און 3- מאל 3- זיינען גלייך 9.

יעדער נומער וואס איז העכער פון נול קען האבן צוויי קוואדראטישע צאלן, א פאזיטיוו און א נעגאטיוו נומער, אזוי ווי מיר האבן פריער געזען אז סיי 2 און סיי 2- זיינען די קוואדראטישע צאלן פון 4. ווייל מינוס מאל מינוס איז שטענדיק פלוס. א נול האט אימער נאר איין קוואדראטישער ווארצל, און דאס איז א נול אליין. יעדער רעאלע צאל וואס איז קלענער פון נול קען נישט זיין א קוואדראטישע צאל, ווייל קיין נומער וואס מען וועט טאפלען מיט זיך אליין וועט נישט צוברענגען צו א מינוס, און דערפאר − 4 ≠ a {\displaystyle {\sqrt {-}}4\neq {a}} איז א פאלשע צאל.

די פאזיטיווע קוואדראט ווארצל שרייבט מען מיט דעם סימבאל a {\displaystyle {\sqrt {a}}}. צום ביישפיל 4 {\displaystyle {\sqrt {4}}} איז גלייך 2.

                                     

1. קאנסטרוקציע

אוקלידוס ווייזט אין זיין עלעמענטן וויאזוי מען קען קאנסטרואירן דעם געאמעטרישן דורכשניט מיט א צירקל און א ווירע. דער געאמעטרישער דורכשניט פון a און b איז a b {\displaystyle {\sqrt {ab}}} ; אז מען נעמט b = 1 באקומט מען דעם קוואדראט ווארצל a {\displaystyle {\sqrt {a}}}.

                                     
  • פון די צוויי קוואדראטן איז 25 מ². די לענג פונעם היפאטענוז איז דער קוואדראט ווארצל דערפון, ד ה 5 מ. דאס ווארט היפאטענוז שטא מט, לויט טייל מקורות, פון
  • איז נישט קיין ראציאנאלע צאל. דער קוואדראט ווארצל פון 2 איז אן אומראציאנעלע צאל. מען קען דערווייזן אז קוואדראט ווארצל פון יעדער נאטירלעכער צאל איז אדער
  • דעצימאל. זיי זענען סיי ראציאנאלע און סיי איראציאנאלע למשל פי, און דער קוואדראט ווארצל פון 2 צאל. אין אלגעמיין ווען מען רעדט וועגן סתם א נומער מיינט מען
  • לעבן - הויפט - אדער פאר עגיפטן און סודאן. און דאס איז דער עיקרדיקער וואסער - ווארצל אין די אויסגעטרוקנטע שטאטן. דער נילוס האט צוויי ארגינעלע ווארצלן: דער ווייסער

Users also searched:

...