Топ-100
Back

ⓘ ווערקצייג ..




                                               

האמער

א האַמער איז אן ארבעט ווערקצייג וואס באניצט צו אריין קלאפן א טשוואק אין שטיין אדער אין האלץ כדי צו באהעפטן צוויי זאכן. נאך אין די אוראלטע צייטן האט דער מענטש שוין זיך באניצט מיט אן האמער כדי צו צערייבן עסנווארג וכדומה.

                                               

טאטשקע

א טאַטשקע אדער זאַמד וואָגן איז א וועגל מיט געוויינלעך בלויז איין ראָד וואס ווערט געפירט דורך א מענטש. מען ניצט זי צו טראגן א לאַסט א שטיק וועג. אחוץ דעם ראד האט די טאטשקע צוויי הענטלעך, צוויי פיסלעך, און א פּלאץ וואו מען קען אריינלייגן זאכן. בכדי צו פירן די טאטשקע הייבט מען אויף די הענטלעך אזוי אז די פיסעלעך רירן נישט אן די ערד, און די געוויכט ליגט טייל אויפן מענטש און טייל אויפן ראד. ווען מען בויעט ניצט מען א טאטשקע צו טראגן זאמד, און גערטנער ניצן א טאטשקע צו טראגן ערד.

                                               

נאגל (בויען)

א נאגל אדער א טשוואָק איז אן אייזן מיט א גראדן קאפ און לאנגן שארפן שפיץ, מען נוצט א האמער דאס אריינצוקלאפן אין אן אנדערע זאך, געווענליך נוצט מען עס צו באהעפטן צוויי שטיקל האלץ און דאס גלייכן.

                                               

רעספיראטאר (פילטער)

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פילטער. טאמער זוכט איר דעם מעדיצינישן אינסטרומענט, זעט רעספיראטאר מעדיצין. א רעספיראַטאר איז א געצייג וועלכער איז געמאכט צו פארמיידן דאס אריינאמטעמען פון שעדליכע שטויב, פארע, גאז און גערוכן. רעספיראטארן קומען אין א ברייטן אויסוואל פון גרויסקייטן און סארטן, פאר די מיליטערישן, אינדוסטריעלן, קאמערציעלן און פריוואטן באניץ. עס זענען דא רעספיראטארן וועלכער דינען נאר אויסצופילטערען די שלעכטע לופט, א שטייגער די רעספיראטארן וועלכע ווערן באניצט דורך קאנסטרוקציע ארבעטער וועלכע ארבעטן מיט שעדליכע כעמיקאליעס, און עס זענען דא מער סאפיסטיקירטע וועלכע שטעלן אויך צו אקסיגען.

                                               

שרויף

א שרויף אדער שרײַפֿל איז א שטיפט אדער א ריגל וואס האט פון דרויסן א גווינט. מיט א שרויף קען מען פארבינדן צוויי זאכן און אויך אויפבינדן. דער שרויף איז איינער פון די זעקס פשוטע מאשינען און טאפלט דעם קראפט וואס מען ווירקט אויף אים כדי אריינגיין אינעם מאטריאל. מען טוט מאכן אן אונטערשייד צווישן האלץ־שרויפן און מעטאל־שרויפן. מען שרויפט אריין דעם שרויף אין א לאך וואס עקזיסטירט אדער ביי א האלץ־שרויף אין א לאך וואס ווערט געמאכט דורכן שפיץ פונעם שרויף. רוב שרויפן טוט מען אריינשרויפן אדער ארויסציען מיט א שרויפן-ציער, נארמאל זייגערווייז. ביי א רעכטן ראד פון א מאשין, אדער א לינקן טרעטל פון א ראווער, ניצ ...

וואטע שפיץ
                                               

וואטע שפיץ

א וואַטע שפיץ איז א קליין שטיקל באוול וואטע געוויקלט ארום א קורצן שטעקן, וואס איז געוויינלעך לאנג 7.5 צ"מ. מניצט אים צו פיצן די אויערן, און דעליקאטע רייניגונג געברויכן. אבער די דאקטוירים האלטן אז אריינשטעקן א וואטע שפיץ אין אויער אריין איז נישט אין ארדנונג. דעם וואטע שפיץ האט לעא גערסטענזאנג אויסגעפינדן אין אמעריקע.