Топ-100
Back

ⓘ פאפיראס. ציגארעט אדער פאַפיראָס איז א פראדוקט וואס ווערט גערייכערט און אויפגענוצט דורך רייכערן און פאבריצירט פון אויסגעארבעטע און געשניטענע טאבאקא בלעטער, וואס ..




פאפיראס
                                     

ⓘ פאפיראס

ציגארעט אדער פאַפיראָס איז א פראדוקט וואס ווערט גערייכערט און אויפגענוצט דורך רייכערן און פאבריצירט פון אויסגעארבעטע און געשניטענע טאבאקא בלעטער, וואס זענען קאמביאנירט מיט אנדערע אדיקטיווע סובסטאנצן, דאן איז דאס צאמגעדרייט און אנגעשטאפט אריין אין א פאפירן בינטל צילינדער.

דער פאַפיראָס ווערט אונטערגעצינדן פון איין עק און אזוי ארום ווערט דאס ערמעגליכט צו ברענען פאר דער ציל פון אריינציען און אריינאטעמען זיין רויעך פון דער אנדערער זייט פאַפיראָס וואס ליגט געווענליך אין מויל דורך א פילטער, טייל לייגן דאס אויך אין מויל דורך א פאַפיראס האלטער ווי למשל פסח וועגן חשש חמץ פונעם ספאנדזש וואס דינט אלס פילטערס.

רוב מאל ווען דער אלגעמיינער עולם רעדט פון ציגארעטל רייכערן איז דאס טאקע מייסטענס פשוטע טאבאק. אבער פיל מאל בעיקר די איגענטליכע ווען זיי רייכערן קען דאס אנטהאלטן אנדערע געוויקסן ווי קאנאביס.

און די פירמעס האבן ערצייגט א לייכטערע ווערסיע וואס זיי פלעגן רופן "לייטס" און "אלטרע לייטס", דאס מיינט אז עס איז מכלומרשט לייכטער און געזונטער ווי די "דאַרק" און מידיום". דער אמת איז אבער אז סאיז בכלל נישט געזונטער ווייל זיי מאכן עס לייכטער דורך כעמיקאלן, דעריבער איז עס נאר שעדליכער. אבער לעצטענס איז ארויסגעקומען א געזעץ אז מען מעג שוין נישט שרייבן מער "לייטס", נאר אנשטאט דעם שרייבן זיי "גאלד" און "זילבער".

פאפיראסן זענען אויפגעוויזן לויט אלע דאקטוירים אלס זייער אדיקטיוו, ווי אויך דער גורם צו פארשידענע סארטן קענסער, הארץ פראבלעמן, אטעמען קראנקייטן, צירקולאציע קראנקייטן, און געבורט אפעקטירונגען.

א פאפיראס איז אנדערשט ווי א ציגאר מיט דעם וואס עס איז פשוט קלענער,און ווי אויך מיט דעם וואס עס האט געווענליך פראצעסירטע בלעטער. ווידעראום ציגארן זענען טיפיש צאמגעשטעלט פון גאנצעטע טאבאקא בלעטער.

                                     
  • מײנט איר פאפיראס א ציגאר איז א בינטל געטרוקענט און געיוערט טאבאק וואס מען צינד אן און מען ציט דעם רויך אינעם מויל רייכערן מען וואקסט ציגאר טאבאק אין
  • נישט געגלייבט אדער נישט געוואלט גלייבן און מען האט גערייכערט א פאפיראס נאך א פאפיראס ווען עס האט אוועקגעלייגט מיליאנען מענטשן יעדעס יאר. טאביק באשטייט
  • געווענליך יאהר מיט 365 טעהג אדער א עיבור יאהר מיט 366 טעהג. לויט אן עגיפטישער פאפיראס וואס מען האט געטראפן איז יענער יאהר געווען מעוברת, אבער געוויסע פארשער

Users also searched:

...