Топ-100
Back

ⓘ צפון קארעע. די דעמאקראטישע מענטשנס רעפובליק פון קארעע אדער מער פאפולער מיטן נאמען צפון קארעע, איז א מזרח אזיע לאנד פלאצירט אויפן צפון האלב פון דעם קארעעישן האלב ..




צפון קארעע
                                     

ⓘ צפון קארעע

די דעמאקראטישע מענטשנס רעפובליק פון קארעע אדער מער פאפולער מיטן נאמען צפון קארעע, איז א מזרח אזיע לאנד פלאצירט אויפן צפון האלב פון דעם קארעעישן האלבאינזל.

איר הויפטשטאט איז פיאנגיאנג.

איר צפון גרעניץ איז איינגעטיילט מערסטענס מיט כינע, כאטשיג א גוטע 11 מייל איז איינגעטיילט מיט רוסלאנד לענגאויס דעם טומאן טייך, און די ווייטער צפון-מזרח ווינקל פון דאס לאנד.

צו איר דרום זייט, טוט זיך דאס גרענעצן מיט דרום קארעע, מיט וואס עס איז אמאל געווען פאראייניקט אין א קארעעישער אימפעריע ביז דער טיילונג נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.

צפון קארעע איז געווארן א נוקלעארע מאכט אום 2006, נאכפאלגנדיג עטליכע סוקסעספולע נוקלעארע און באליסטישע פראבעס. זי פארמאגט א געשאצטע עטליכע צענדליגע נוקלעארע שפיצן אויף באליסטישע מיסילס וועלכע קענען גרייכן א ווייטקייט פון עטליכע טויזנט קילאמעטער.

                                     

1. גרינדונג צפון קארעע

ווען יאפאן האט קאפיטאלירט, איז דער קארעער האלב אינדזל צעטיילט געווארן, צפון צו סאוועט רוסלאנד, און דרום צו די אנדערע אליאירטע קרעפטן. דורכאויס 1948, און אין 1949, האבן די ארמייען פון די לענדער ארויסגעטרעטן פון קארעע, די גרענעץ צווישן די סאוועטיש קאנטראלירטע צפון, און די דעמאקראטישע דרום, איז געווען לענג אויס די גארטל ליניע געאגראפיע 38°. די רוסן האבן אויפגעשטעלט א לאנד פון קאמוניסטישן מאדעל, אנגעפירט דורך אן ארבעטער ראט, דער פארזיצער איז געווען קים איל סאנג. ער האט שנעל נאציאנאליזירט אלע פריוואטע געשעפטן און אייגנטומס, און צעטיילט די לאנדווירטשאפט גלייך צו אלע ערד ארבעטער.

                                     

2. קארעע קריג

אין 1950, האט אויסגעבראכן די קארעע קריג, קים איל סאנג האט געוואלט הערשן, אויף א פאראייניקטע קארעע, מיט א גוט אויסמושטירטע ארמיי, און אסאך וואפן פון רוסלאנד, און פון כינע. סטאלין האט נישט געוואלט שטיצן א קריג אין ווייטן אזיע פון אנהייב, שפעטער האט ער איינגעגעבן, נאכן אנטוויקלען פון יאדערישע וואפן, און רוסלאנד איז געווארן א נוקלעארער גרויסמאכט.

דרום קארעע, פון די אנדערע זייט, האט געהאט א שוואך אויפגעשטעלטע ארמיי, און אומערפארן, און האט נישט געהאט דעמאלט די שטיצע פון אנדערע לענדער. אויפן 25סטן יוני 1950, האט דער צפון אנגעהויבן זייער אינוואזיע, און שנעל פאראויס מארשירט, מיט קנאפע ווידערשטאנד, און האבן איינגענומען סעאל.

אום אקטאבער האט די פאראייניקטע פעלקער, וואס האט אריינגעשיקט אן ארמיי אפצושלאגן די קאמוניסטישע אנגריף, האט אין די קאנטער-אטאקע, איינגענומען פיאנגיאנג, די קאמוניסטישע הויפטשטאט, די רעגירונג איז אנטלאפן קיין כינע.

אין נאוועמבער, האבן א האלב מיליאן כינישע זעלנער, זיך אנגעשלאסן צו די צפון קארעעישע ארמיי, און האבן צוריק איינגענומען די קאמוניסטישע הויפטשטאט אין דעצעמבער 1951, און סעאל אין יאנואר 1952.

מערץ 1952, האבן די טרופן פון די פאראייניקטע פעלקער, ווידעראמאל אטאקירט און צוריק איינגענומען סעאל, און מארשירט פאראויס קיין צפון. אין 1953, איז אונטערגעשריבן געווארן א פייער שטילשטאנד אפמאך, צווישן די צפון מיט כינע, מיט די דרום און די פאראייניקטע פעלקער קרעפטן. די גרענעץ איז צוריק געשטעלט געווארן, ווי עס איז געווען איידער די קריג האט אויסגעבראכן.

                                     

2.1. קארעע קריג שלום פארהאנדלונגען

דורכאויס די יארן, זענען פילע פראוון געמאכט געווארן צו שליסן אן אפציעלן שלום אפמאך צווישן דעם קאמוניסטישן צפון מיט דרום קארעע און אירע אליאירטע, אבער אן ערפאלג.

אין 2018 האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ זיך געטראפן מיטן צפון קארעער פירער קים דשאנג און אויף א ספעציעלן סאמיט אין סינגאפור, אפצייכנענדיג דעם ערשטן מאל זייט דעם קארעער קריג וואס די פירער פון די צוויי לענדער טרעפן זיך.

                                     
  • גרענעצט נאר מיט צפון קארעע די גרעניץ איז באשטימט געווארן נאך דער צווייטער וועלט קריג, אויפן גארטל ליניע 38 די הױפ טשטא ט פ ון דרום קארעע איז סעא ל. די
  • ק מ פונעם קאנטינענט ביזן פאציפישן אקעאן. ביז 1948 איז זי געווען איין לאנד. היינט איז דער ראיאן צעטיילט אויף צוויי לענדער, צפון קארעע און דרום קארעע
  • אזיע באאיינפלוסט פון כינעזישער קולטור. מזרח אזיע נעמט איין כינע, צפון קארעע דרום קארעע יאפאן, מאנגאליי און די רעפובליק פון כינע. קולטורעל געהערט אויך
  • 한글 אין דרום קארעע אדער 조선글 טשאסנגול אין צפון קארעע איז דער אלפאבעט פון קארעיש. עס איז די אפיציעלע שריפט פון דרום קארעע און צפון קארעע האנגול איז
  • קארעיש אדער קארעאיש 한국어 조선말 איז די אפיציעלע שפראך פון דרום קארעע און צפון קארעע בערך 78 מיליאן מענטשן רעדן קארעיש אין דער וועלט. פאר מער פון א טויזנט
  • פיאנגיא נג קארעיש: 평양직할시 איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט אין צפון קארעע אויפן טיידאנג טייך. פיאנגיא נג ליגט אויף די ברעגן פון דעם טיידא נג טייך
  • 1959 ביז 1975 צווישן צפון וויעטנאם און דרום וויעטנאם. צפון וויעטנאם איז געווען געשטיצט דורכן סאוועטן פארבאנד, כינע און צפון קארעע און דרום וויעטנאם איז
  • דער וועלט. חיפה, ישראל עכו, ישראל אראבישער האלבאינדזל: מאנגעשלאק האלבאינדזל גאנץ דרום און צפון קארעע איז א האלבאינזל. קאני אינזל איז היינט א האלבאינזל.
  • ים פון יאפאן מיטן קארעע דורכגאס. צו צפון איז ער אפן צום געלן ים. מדינות וואס גרענעצן מיטן ים זענען זייגערווייז פון צפון דרום קארעע יאפאן, די רעפובליק
  • נעמען פון גאסן גערופן נאך יידן. 1953 - קארעע מלחמה ענדיגט: די פאראייניגטע שטאטן, כינע, צפון קארעע און דרום קארעע שרייבן אונטער א וואפן שטילשטאנד. 1945
  • שעלי, שרייבער און דיכטער געב 1792 1994 - קים איל סונג, הערשער פון צפון קארעע געב 1912 וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: 8טן יולי 7טן יולי - 9טן

Users also searched:

...