Топ-100
Back

ⓘ אימון-סיסטעם. די אימון־סיסטעם איז א קאלעקציע פון ביאלאגישע מעכאניזמען אינערהאלב אן ארגאניזם וואס שיצט און היט אים קעגן אינפעקציעס דורך אידענטיפיצירן און הרגענען ..




אימון-סיסטעם
                                     

ⓘ אימון-סיסטעם

די אימון־סיסטעם איז א קאלעקציע פון ביאלאגישע מעכאניזמען אינערהאלב אן ארגאניזם וואס שיצט און היט אים קעגן אינפעקציעס דורך אידענטיפיצירן און הרגענען פאטאגענען.

עס כאפט אויף פאטאגענעס פון אלע סארטן פון ווירוסן ביז צו פאראזיטישע ווערעם און דערקענט זיי פון זייער אנדערשטקייט אז זיי באלאנגען נישט אין די ארגאניזמען נארמאלע צעלן און ביאלאגישער טישו געוועבע.

די וועג וויאזוי די אימון־סיסטעם כאפט אויף די פרעמדע פאטאגענען איז גאר שטארק קאמפליצירט, וויבאלד די דאזיגע פעטאגענס טוען זיך זייער קונטסליך אדאפטירן און עוואלוציענירן מיט נייע וועגן צו זיך גוט באזעצן אינעם גאסטגעבער ארגאניזם.

כדי צו איבערלעבן דעם נסיון טוט די אימון־סיסטעם אויסנוצן פארשידענע מעכאניזמען וואס האבן זיך אין איר אויך עוואלוציענירט צו דערקענען און מאכן אומשעדליך די פאטאגענען. אפילו פשוטע איינצעלער ארגאניזמען וו.צ.ב.ש. באקטעריע האט אין זיך ענזים סיסטעמען וואס טוט זי שיצן און היטן אנטקעגן ווירוס אינפעקציעס.

אנדערע הויפטן אימון מעכאניזמען האבן זיך עוואלוציענירט אין אלטע אויקאריאטעס און פארבלייבן אין זייער מאדערנע אייניקלעך, ווי ביימעלעך, פיש, רעפטיליעס, און אינסעקטן.

די מעכאניזם טוען אריינרעכענען אנטימיקראביעלע פעפטידן וואס ווערט גערופן דעפענסיןס, פעטערען רעקאגנישען ריסעפטארס, און די קאמפלעמענט סיסטעם.

אבער מער סאפיסטיקירטע מעכאניזםס איז אנטוויקעלט געווארן לעצטענס, מיט דער עוואלוציע פון ווערטעברעיטס.

די אימון־סיסטעם פון ווערטעברעיטס אזאלכע ווי מענטשן איז צוזאמגעשטעלט פון פארשידענע סארטן פון פראטיןס, צעלן, ארגאנען, און טישו, וואס טוען אלע אינטעראקטירן אין א געדרייטע גאר טיפע דינאמישער נעצווערק.

אלס טייל פון א מער קאמפליצירטער אימון ענטפער, די ווערטעברעיט סיסטעם אדאפטירט זיך מיט די צייט צו דערקענען און אויפכאפן די פעטאזשעןס מער פונטקליך און פארלעסליך.

די אדאפטירונג פראצעס באשאפט אן אימוניטישע זכרון און ערמעגליכט נאך מער עפעקטיווער שוץ דורכאויס די צוקונפטיגע צאםשטויסענישן מיט די דאזיגע פעטאגעןס.

דאס פראצעס פון אייגן געבויטע אימוניטעט איז די באזיס פון וואקסינירונג.

אומסדר ביי דער אימון־סיסטעם קען גורם זיין קרענק.

אימיונאדעפישענסי קרענק געשען ווען די אימון־סיסטעם איז ווייניגער אקטיוו ווי נארמאל, רעזולטירענדיג און נאכאנאנדיגע און לעבןס געפאר אינפעקציעס.

אימיונאדעפישענסי קען אדער זיין א רעזולטאט פון גענעטישער קרענק, אזויווי סעוועיר קאמביינד אימיונאדעפישענסי, אדער קען דאס ווערן פראדוצירט פון פארמעסוטיקלס אדער דורך אינפעקציע, ווי עקווייערט אימיון דעפישענסי עידס וואס געשענט דורך רעטראווירוס HIV.

אין קאנטראסט, אויטאאימון קרענק געשען פון א היפעראקטיוו אימון סיסטעם אטאקירנדיג נארמאלע טישוס ווי זיי וואלטן ווען געווען דרויסענדע פרעמדע ארגאניזמען.

געווענליכע אוטאאימיון קרענק טוען אריינרעכענען רעמאטויד אטרייטיס, דייעביטיס מעליטוס טיפ 1 און לופס עריטעמאטאסוס.

די דאזיגע קריטישע ראלעס פון אימונאלאגיע אין געזונטהייט און קרענק זענען פעלדער פון אינטענסיווע סייענטיפישע שטודיעס.

                                     
  • לימפנאדן און לימפרערן וואס טראנספערירן לעבנס קריטיש וויכטיגע באשטיינדטיילען פון דער בלוט צירקולאציע סיסטעם זי איז א גרויסער טייל פון דער אימון - סיסטעם
  • ווערט ארויסגערופן פון א שאדן צו דער אימון - סיסטעם דער גורם פון דאזיקן שאדן איז די אינפעקציע מיט HIV, דער מענטשלעכער אימון - פעלער - ווירוס. אין די ענדלעכע סטאדיעס
  • ווירוס גרייכט די בלוט שטראם און עס געדויערט געווענליך עטליכע טעג ביז די אימון סיסטעם וועקט זיך אויף און הייבט אן אויסקעמפן די ווירוס און איר ארויסטרייבן פון
  • פון זיי נע אייבערפלא ך פ רא טעינען. דער א גענט סטימולירט דעם קערפער ס אימון סיסטעם צו דערקענען דעם א גענט ווי א סכנה, צעשטערן עס, און ווייטער צו דערקענען
  • מענטש שלאפט שטארקט זיך זיין אימון סיסטעם און אויב ער וועט נישט האבן גענוג שלאף וויפיל זיין קערפער פארלאנגט וועט זיין אימון סיסטעם ווערן אפגעשוואכט און ער
  • מען מעג נישט האבן צופיל ווייל עס קען זיין שעדליך. וויטאמין C: העלפט די אימון סיסטעם די וויטאמין פעלט פאר אסאך מענטשן און עס קען נישט שאטן אויב מען נעמט
  • וויטאמינס פון וועלכע מען מעג נישט האבן צופיל אויך נישט. וויטאמין C: העלפט די אימון סיסטעם די וויטאמין פעלט פאר אסאך מענטשן און עס קען נישט שאטן אויב מען נעמט

Users also searched:

...