Топ-100
Back

ⓘ ישראל. דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל באדייטן. ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזר ..




                                               

ישראל (באדייטן)

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: א ישראל און נישט קיין כהן אדער לוי. דאס אידישע פאלק ישראל, א שטאַט אין מיטל מזרח. איינער וואס איז פון די עשרת השבטים וואס האט געהערט אונטער מלכי ישראל און נישט מלכי יהודה.

                                               

רעגירונג פון ישראל

די רעגירונג פון ישראל איז די עקזעקוטיווע אויטאָריטעט פון מדינת ישראל. דער פרעמיער מיניסטער שטייט אונטער דעם, און אירע מיטגלידער זענען מיניסטארן, וואָס האָבן די אויטאָריטעט זיי צו באשטימען און אוועקווארפן.

                                               

געגאסענע בליי אפעראציע

געגאָסענע־בלײַ אָפּעראַציע איז א מיליטער אפעראציע פון צה"ל קעגן כאמאסטאן אינעם עזה־שטרײַף. עס האט זיך אָנגהױבן דעם 27סטן דעצעמבער 2008 אין דער פרי װען צה"ל האט אטאקירט פון דער לופטן. בעת די ערשטע אטאקע זײַנען געהרגעט געװאָרן 155 פאלעסטינער און פיל פארװוּנדעט געװארן.

                                               

אלעקסאנדער (הויף)

אלעקסאנדער אין פוילן, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רביס פון דער אלעקסאנדער דינאסטיע וואס האט זיך אנגעהויבן פון רבי יחיאל דאנציגער א זון פון רבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצא, וואס איז געווען דער רבי פון די ווארקער חסידים נאך דער פטירה פון דער אלטער ווארקער רבי. אלעקסאנדער פארן קריג איז געווען פון די גרעסטע חסידותן אין פוילן. דאס אלעקסאנדער חסידות איז אן אפצווייג פון ווארקא, נאך דער פטירה פון רבי בעריש ביאלער. היינט איז געבליבן עטלעכע הונדערטער משפחות אלעקסאנדער חסידים אין דער וועלט. דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין בני ברק און האלט אויס ...

                                               

סערעט וויזשניץ (הויף)

סערעט וויזשניץ איז א חסידישער הויף, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי ברוך האגער, א זון פונעם דריטן וויזשניצער רבין, רבי ישראל האגער, וועלכער איז אויכעט באקאנט אלס "אהבת ישראל". דער הויף וואס הויפטקווארטירט אין רמת וויזשניץ, חיפה ציילט אפ לויט אפיציעלע אפשאצונגן אומגעפער 650 משפחות, און ווערט אנגעפירט דורך דעם היינטיגן רבין רבי יעקב האגער.

                                               

יום כיפור מלחמה

יום כיפור מלחמה איז געווען די מלחמה צווישן ישראל קעגן מצרים אונד סיריע מיט די הילף פון יארדאניע און איראק. די מלחמה האט אויסגעבראכן יום כיפור י תשרי התשל"ד 2 א זייגער מיטאג פון צוויי פראנטן: סיריע פון רמת הגולן און מצרים פונעם סועץ קאנאל. די מלחמה האט זיך געענדיקט כ"ט תשרי מיט א פייער שטילשטאנד דורך דעם זיכערהייטס ראט.

ישראל
                                     

ⓘ ישראל

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם שטאַט אין מיטל מזרח. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ישראל באדייטן.

ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט התש"ח ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען יידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.

ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.

אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.

דער שטאַט ישראל, געגרינדעט התש"ח 1948, עקזיסטירט הײַנט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פֿון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך ישראל אלס דאָס הײַמאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער ישראל דעמאקראטיש וואס איז שטארק קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.

מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פֿאראידישן און אנדערע זי צו פארגוישן, אָבער דער פֿינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשײַנליך אַן ענדלאָזער און פֿאַרלוירענער.

די פאלעסטינער אראבער פֿאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון באוואוסט אלס דער מערב ברעג מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.

רוב פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע ײדן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלײַזן די יידן פֿון גלות און זײַ אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.

די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8.146.300 מענטשן אין 2014.

                                     

1. עטימאלאגיע

ישראל איז א טייל פון ארץ ישראל, דאס לאנד וואס די יידן האבן גענומען פון די כנענים. דאס לאנד הייסט אזוי ווייל דאס פאלק ישראל נעמט זיין נאמען פון ישראל, וואס איז איינער פון די נעמען פון יעקב אבינו.

                                     

2.1. היסטאריע ארץ ישראל

דער באגריף ארץ ישראל ווי דאס לאנד פון די יידן גייט צוריק צו די אוראלטע צייטן. עס שטייט אין דער תורה אז הקב"ה האט צוגעזאגט דאס לאנד צו די דריי אבות, אברהם, יצחק און יעקב. דער ערשטער קעניג פון די יידן אין ארץ ישראל איז געווען שאול המלך, אין יאר בתת"ן בערך. נאך שאול המלך האבן דוד המלך און שלמה המלך געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה. אין די טעג פון דעם מלך רחבעם, זון פון שלמה המלך, האט זיך די מלוכה צעשיידט: רחבעם איז געבליבן מלך איבער מלכות יהודה, וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין, און ירבעם בן נבט האט געהערשט איבערן ניי געגרינדעטע מלכות ישראל, וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים, וואס מען רופט די "צען שבטים".

די גרינדונג פון ישראל אין יאר התש"ח איז געווען דורך יידן וואס שטאמען אממערסטנס פון שבט יהודה און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון דעם היסטארישן ארץ ישראל.

דער רמב"ם שרייבט אז דער פולקאמער צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין ארץ ישראל וועט צושטאנד קומען דוקא דורך א מאן פון בית_דוד וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון דוד המלך, דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין תורה. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן אלע יידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי אלע באזיגן און אזוי אויך וועט ער אויפבויען דער בית המקדש, דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע יידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון דער יידישע מלוכה אין ארץ ישראל, און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען ולירושלים עירך ברחמים תשוב.

                                     

3. געאגראפיע

ישראל געפינט זיך ביים מזרח עק פונעם מיטלענדישן ים, און האט גרענעצן מיט לבנון אין צפון, סיריע אין צפון־מזרח, ירדן אין מזרח און עגיפטן און דעם עזה פאס אין דרום־מערב. ישראל האט א לאנגע וואסער ברעג מיטן מיטלענדישן ים אין מערב, און א קליינע וואסער ברעג צו דרום אין אילת מיטן אילת איינגאס אינעם ים סוף, און ליגט צווישן גארטל ליניעס ‎29° – 34°N, און מערידיאנען ‎34° – 36°E.

סאיז פאראן א בארג קייט וואס גייט אדורך דעם לאנד צפון צו דרום. צו מערב פון די בערג איז דער בארטן־פלוין און צו דרום געפינט זיך דער נגב מדבר. צו מזרח פון די בערג געפינט זיך א טאל מיט דעם כנרת אזערע אין צפון און דער ירדן טייך וואס פליסט אריין אין ים המלח אין דרום. דער ברעג פונעם ים המלח איז די נידריגסטע יבשה אין דער וועלט, 417 מעטער אונטער דעם ים־פלאך.

אין דרום איז א מדבר און כמעט קיין רעגן פאלט נישט דארטן. ישראל האט אויפגעשטעלט א גרויסן באוואסערונג פראיעקט וואס שפייכלערט וואסער אינעם כנרת אזערע און פירט וואסער צפון צום נגב כדי פלאנצן זאלן וואקסן דארט.

                                     

4. רעגירונג

ישראל ווערט געפירט דורך א פארלאמענטארישער סיסטעם ווי א דעמאקראטישע רעפובליק מיט אלגעמיינעם וואלרעכט פאר אלע בירגער וואס זענען אלט 18 יאר אדער עלטער. איינער פון די כנסת דעפוטאטן וואס קען באקומען א מערהייט אין דעם כנסת פארלאמענט ווערט פרעמיער מיניסטער, געוויינלעך דער פירער פון דער גרעסטער פארטיי. דער היינטיקער פרעמיער מיניסטער איז ביבי נתניהו, וואס דינט אין דעם אמט זייט 2009.

וואלן פארן כנסת מוז מען האלטן יעדע פיר יאר, אבער ווען דער רעגירונג פארלירט א צוטרוי־וואל דארף מען האלטן אלגעמיינע וואלן פריער. דער כנסת האט 120 מיטגלידער.

די סיסטעם פון וואלן איז פראפארציאנעל, און מען שטימט פאר א ליסטע פון א פארטיי.

ישראל האט נישט קיין קאנסטיטוציע, אבער דער כנסת קען איינפירן "גרונטיקע געזעצן".

דער ראש מלוכה איז דער פרעזידענט. זייט יולי 2014 איז דער פרעזידענט רובי ריוולין.

                                     

4.1. רעגירונג פאליטיק

אין ישראל זענען פאראן א סך פאליטישע פארטייען. ביי די כנסת וואלן פון 2009 האבן צוועלף פארטייען באקומען דעפוטאטן אין כנסת. קיין איין פארטיי האט קיינמאל נישט געוואונען קיין קלארע מערהייט אין דער כנסת, און דער רעגירונג ווערט צאמגעשטעלט פון א קאאליציע. דער גרעסטער פארטיי אין דעם היינטיקן כנסת איז ליכוד, וואס שטיצט פריימארק פאליטיק מיט באגרענעצטן אינטערווענץ פון דער רעגירונג אין דער עקאנאמיע.

                                     

5. עקאנאמיע

ווען עס איז געווארן אומאפהענגיק איז ישראל געווען אן ארעם לאנד מיט ווייניג פראדוקציע פון לאנדווירטשאפט און אינדוסטריע. די עקאנאמיע האט אבער שטארק געוואקסן זייט 1948.

היינט ישראל ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די מערסט פארטגעשריטנע לענדער אין דרום־מזרח אזיע, אין דעם געביט פון עקאנאמישער און אינדוסטריעלער אנטוויקלונג, און פון די מערסט פארטגעשריטנע אויפן וועלט. אום 10טן מיי 2010 האט די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג פארבעטן ישראל צו ווערן א מיטגליד, אינאיינעם מיט עסטלאנד און סלאוועניע.

ישראל האט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן, וואס ווערן אבער געניצט אין זיין אינדוסטריע. מען גראבט אויס בראם, קאליום, שוועבל און פאספאט, און אויך נאטירלעכע גאז וואס מהאט אנטפלעקט אין גרויסע קוואנטיטעטן אין 2009 קעגן די בארטנס פון חיפה און חדרה, זייט ווען איז ישראל א פראדוצירער פון נאטירלעכע גאז.

צוליב די ווייניגע נאטירלעכע רעסורסן, איז א גרויסער פון ישראלס עקאנאמיע געבויט אויף מענטשלעכע רעסורסן, ווי למשל היי טעק, מעדיצינישע טעכנאלאגיע און מיליטערישע טעכנאלאגיע, וואס זענען א גרויסער טייל פונעם אינדוסטריעלן עקספארט.



                                     

5.1. עקאנאמיע טראנספארט

ישראל האט א גוט אנטוויקלטע טראנספארט סיסטעם. די שאסייען זענען גוט און פארבינדן די שטעט און שטעטלעך פון לאנד. דער הויפט פובליקער טראנספארט איז בוסן פון אגד און אנדערע פירמעס. ישראל באנען האט א באן־סיסטעם וואס פארבינדט די שטעט.

דער גרעסטער פלוגפארט איז בן גורין אינטערנאציאנאלע פלוגפארט. אויך איז דא א קלענערער פליפארט, עבדה, לעבן אילת. אל על און אנדערע לופטליניעס פליען צו די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, רוב לענדער פון אייראפע און טיילן פון אפריקע און אזיע.

ישראל האט דריי טיף־וואסער פארטן - חיפה, אשדוד און אילת.

                                     

6. דעמאגראפיע

אין יאר 2006 שטייט די צאל פֿון די באפֿעלקערונג ביי 7.026.632 איינוווינער. 76% זענען יידן, און פֿון זיי 12% זענען פֿרומע. 20% זענען אראבער מיט דרוזן, און די איבעריקע 4% זענען פון אנדערע פעלקער.

אריינרעכנדיג די מערב בערג און די עזה פאס שטייט די באפעלקערונג פון 51% אידן און 48% פאלעסטינער אין 2011

צוליב די קליינע וואוקס ראטע פון דיר אלגעמיינער אידישער באפעלקערונג, און די העכערע וואוקס ראטע פון די פאלעסטינער און די פענאמענאלע וואוקס ראטע פון די חרדישע באפעלקערונג, זענען מער ווי האלב פון די קינדער אין די שולעס אין ישראל נישט אריינרעכנדיג די מערב ברעג אדער חרדיש אדער אראביש.

די צען גרעסטע שטעט אין ישראל זענען ריכטיק פאר 2011:‏

                                     

7. שפראך

די אפיציעלע שפראכן פון ישראל זענען העברעיש. די עיקר שפראך פונעם לאנד איז העברעיש, וואס די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדן. ישראל איז א לאנד פון אימיגראנטן, און מען הערט פארשידענע שפראכן אויף די גאסן. רוסיש און אמהאריש זענען זייער פארשפרייט צוליב די גרויסע אימיגראציע פון דעם געוועזענם סאוועטן פארבאנד און פון עטיאפיע. מער ווי א מיליאן רוסיש־רעדענדיקע אימיגראנטן זענען אנגעקומען אין ישראל צווישן די יארן 1990 און 2004.

                                     
  • ישראל איז א שטח לא נד אינעם מיטל מזרח וואו יידן האבן געוואוינט אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש. ארץ ישראל איז כולל די היינטיקע לענדער מדינת ישראל
  • רבי ישראל פרידמאן זצ ל ג תשרי ה תקנ ז - ג חשוון ה תרי א פון רוזשין, באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער. רבי ישראל איז געבוירן אין דעם קליינעם אוקראינישן
  • בית ישראל איז א חרדישער געגנט אין צפון ירושלים, צפון פון דעם מאה שערים געגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל שמואל הנביא
  • מלכות ישראל די מלוכה אין צפון זייט פון ירושלים, איר הויפטשטאט איז געוועזן שכם, פנואל, תרצה און שומרון. מלכות ישראל איז געשטאנען 209 יאר, און דער חורבן
  • אגודת ישראל אגו י איז א חרדישע ארגאניזאציע געגרינדעט אין קאטאוויץ, פוילן, י א סיון ה תרע ב 1912 דער ציל פון דער ארגאניזאציע איז צו לייזן טאג טעגלעכע
  • הרב ישראל אלטער כ ה תשרי ה תרנ ו 1895 - ב אדר ה תשל ז 1977 איז געוועזן גערער רבי פ ון ה תש ח 1948 ביז ה תשל ז 1977 זײ נע תורות זענען געדרוקט אין
  • װא רט קען זיך װײ טער צעטײלן צו עטלעכע בא דײ טן: דער וויזשניצער רבי אהבת ישראל דער וויזשניצער רבי אין בני ברק, א זון פונעם ישועות משה דער וויזשניצער
  • די ישראל פאליציי העברעאיש: משטרת ישראל אראביש: شرطة إسرائيل איז די ציווילע פאליציי פון ישראל ענלעך מיט מערסט אנדערע פאליצייס אין דער וועלט, אירע
  • אויסלייג און סטיל אין דעם ארטיקל. דערנאך קענט איר אראפנעמען דעם מוסטער. אבן ישראל איז דער ערשטער יי דישער קווא רטא ל געבויט אין דעם נחלאות קא מפ לעקס אין
  • רבי ישראל האגער זצ ל ב אלול ה תר ך - ב סיון ה תרצ ו דער דריטער וויזשניצער רבי. באקאנט מיט דעם נאמען דער אהבת ישראל רבי ישראל איז געבוירן געווארן
  • לבנון קריג 2006 אין ישראל די צווייטע לבנונישע מלחמה איז דער נאמען פון צה ל ס אקט קעגן דער חיזבאלא אין דרום זייט פון לעבענאן. דער אקט האט זיך אנגעהויבן
  • ישראל באנען העברעי ש: רכבת ישראל איז דער נאמען פון דער געזעלשאפט וואס געהערט דער רעגירונג פון ישראל פאראנטווארטלעך פאר אלע באנען פארקער, סיי פ א סא זשירן
                                               

כ"ג אדר א

התשל"ג שנה פשוטה - רבי יהודה משה דאנציגער, דער "אמונת משה" התרכ"ו שנה פשוטה - רבי יצחק מאיר אלטער פון גער, דער "חידושי הרי"ם" געב התקנ"ט התשס"ז שנה פשוטה - הרב ישראל גראסמאן, ראש ישיבה פון פינסק-קארלין געב התרפ"ג

Users also searched:

...