Топ-100
Back

ⓘ רעפובליק איז א רעגירונג־מעטאד וואס באשטימט דעם רעגירונגס פירערשאפֿט צו די בירגער. רעפובליק איז אנדערש פון מאנארכיע וואס די פירערשאפֿט גייט אריבער פון טאטן צום ק ..




רעפובליק
                                     

ⓘ רעפובליק

רעפובליק איז א רעגירונג־מעטאד וואס באשטימט דעם רעגירונגס פירערשאפֿט צו די בירגער. רעפובליק איז אנדערש פון מאנארכיע וואס די פירערשאפֿט גייט אריבער פון טאטן צום קינד, אויך איז רעפובליק אנדערש פֿון דיקטאטור וואס די פירער ווערן דערהויבן דורך די רעגירונג אליין אד"ג.

אין א רעפובליק איז דער ראש מלוכה נישט קיין מאנארך, נאר עס בייט זיך די פירערשאפֿט פֿון צייט צו צייט.

אין יאר 2017 האבן 159 פון דער וועלט׳ס 206 סואווערענע שטאטן געניצט דאס ווארט ״רעפובליק״ אין זייער אפיציעלן נאמען. אבער נישט אלע פון זיי זענען רעפובליקן אין דעם זינען פון האבן א געוויילטער רעגירונג. אויך נישט אלע לענדער מיט א געוויילטער רעגירונג האבן דאס ווארט ״רעפובליק״ אין זייער נאמען.