Топ-100
Back

ⓘ וואלקן. אין מעטעאראלאגיע איז א וואלקן א זעבארע מאסע פון צאמגעשמאלצענע טראפן אדער פארפרוירענע קריסטאלן פון וואסער אדער אנדערע כעמיקאלן וואס הענגען אין דער אטמאספ ..




וואלקן
                                     

ⓘ וואלקן

אין מעטעאראלאגיע איז א וואלקן א זעבארע מאסע פון צאמגעשמאלצענע טראפן אדער פארפרוירענע קריסטאלן פון וואסער אדער אנדערע כעמיקאלן וואס הענגען אין דער אטמאספער איבער דער אייבערפלאך פון דער ערד אדער אן אנדער פלאנעטארישן קערפער. וואלקנס אין דער ערדס אמטאספער שטודירט מען אינעם וואלקן פיזיק אפטייל פון מעטעאראלאגיע.

ווען א וואלקן ווערט אפגעקילט אדער צוליב אן אנדער סיבה ווערט דער וואלקן אפגעזעצט הייבט עס אן פאלן צו דער ערד ווי רעגן, שניי אדער האגל.

וואסער אויף דער ערד אדער א פלאנעט וועפט זיך און ווערט אן אומזעבארער גאז וואס הייבט זיך אין דער אטמאספער. העכער איז די לופט קילער און דער גאז קאנדענסירט פון א גאז צו טראפנס וואסער אדער אייז קריסטאלן. אט די טראפנס זעט מען ווי א וואלקן.

ווארעמע לופט האלט מער וואסער ווי קילע לופט. דעריבער, ווען ווארעמע לופט ווערט אפגעקילט, ווערט געשאפן א וואלקן פונעם אפגעזעצטן וואסער וועפעכץ.

א קובישער מעטער פון א וואלקן האלט נאר 5 גראם וואסער, אבער א וואלקן קען זיין אזוי גרויס צו האלטן א מאסע פון עטלעכע מיליאן טאן.

צוליב פארפעסטיקונג אין דער לופט, זעט מען וואלקנס מיט פארשידענע פארבן בשעת דער זונאויפגאנג און דער שקיעה.

                                     
  • א וואלקן קראצער ווערט אנגערופן א גאר הויכער בנין וואס מענטשן האבן געבויט און עס קוקט אויס ווי עס כאפט זיך אן אין די וואלקענעס. אין ניו יארק איז היינט פארבליבן
  • קריסטאל סטרוקטור וואס הייסט לאטיס פון פאזיטיווע יאנען ארומגענומען מיט א וואלקן די - לאקאליזירטע עלעקטאראנען. די מעטאלן זענען איינע פון דריי גרופעס פון עלעמענטן
  • הימל ליניע ענגליש: skyline מיינט דער אויסקוק וואס עס שאפט זיך ביים הימל אין גרויסע שטעט וואו עס געפונען זיך מערערע וואלקן קראצערס.
  • דעמאלסט געווען די העכסטע געביידע אין דרום אמעריקע, און איז געווען דער ערשטער וואלקן קראצער אין ארגענטינע געבויט מיט בעטאן 1919 1923 אין דער געביידע האט מען
  • אינפראסטרוקטור און געביידעס. מערסטע גרויסע מאדערנע סטרוקטורן, ווי למשל וואלקן קראצערס, בריקן און פליפארטן ווערן געשטיצט פון א שטאלן סקעלעט. אויך די מיט
  • פעלדער פון אינפארמאציע טעכנאלאגיע זענען וועב טעכנאלאגיעס, ביאאינפארמאטיק, וואלקן קאמפיוטעריי און גלאבאלע אינפארמאציע סיסטעמען. אינפארמאציע סיסטעם דאטנבאזע
  • פליען צום ווייטן מזרח, וואס שטעלן זיך אפ דארט. אין דוביי געפונען זיך אסאך וואלקן קראצערס, צווישן זיי בורדזש כאליפא, די העכסטע געביידע אין דער וועלט, און
  • די עמפייר סטייט בילדינג איז א 103שטאקיגע וואלקן קראצער אין מאנהאטן, ניו יארק, וועלכע איז היינט די העכסטע געביידע אין דער שטאט זינט די אטאקע און צוזאמענפאל
  • זענען פארניכטעט געווארן, און לויט געוויסע האט עס צוגעברענגט צו א ריזיקן וואלקן וואס האט פארשטעלט די זון במשך פ ון 3 חדשים, און צוליב דעם האבן די געוויקסן
  • אבזערווא ציע פונעם טא ל פארטוגעזיש: Mirante do Vale איז א וואלקן קראצער אין דער שטא ט סא ו פ א ולא ער איז דער גרעסטער בנין אין בראזיל, 170 פ יס הויך

Users also searched:

...