Топ-100
Back

ⓘ אלף בית. אַלף־בית איז דער נאָמען פון די לשון־קודשדיקע אותיות באַזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות. מיטן דאָזיקער שריפט שרייבט מען לשון־קודש, יידיש, העברעאיש, לאַד ..




                                     

ⓘ אלף בית

אַלף־בית איז דער נאָמען פון די לשון־קודשדיקע אותיות באַזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות. מיטן דאָזיקער שריפט שרייבט מען לשון־קודש, יידיש, העברעאיש, לאַדינאָ, אַראַמיש און אַנדערע שפּראַכן וואָס יידן באַניצן אָדער האָבן באַניצט.

                                     

1. העברעאישער אַלף־בית

אין לשון־קודש און מאָדערנעם העברעאיש ניצט מען די פאָלגנדיקע אותיות סוף־פאָרמען סופיות ווערן געשריבן פאַר געהעריקע אותיות):

מתחילה זיינען אלע אותיות געווען אין לשון־קודש קאָנסאָנאַנטן, דאָס הייסט אַז ער האָט אַ קאָנסאָנאַנט שריפט. אין אַ שרייבונג מיט פּינטעלעך באַניצט מען די סיסטעם פון נקודות צו באַצייכענען וואָקאַלן. פונדעסטוועגן, קענען עטליכע אותיות אמות קריאה שפּילן אויך די ראָלעס פון וואָקאַלן, דער עיקר, וואָס איז אינעם פולן כוח אַנטוויקלט געוואָרן אין כתיב מלא אויסלייג־סיסטעם פון מאָדערנעם העברעאיש.

ס׳איז דאָ אויך פּינטלעך, וואָס צייכענען ענדערונגען אין קלאַנגען פון קאָנסאָנאַנטן: דגש, רפה און דאָס שׂין־פּינטל.

                                     

2. די אותיות אין יידיש

ווייטערע אינפאָרמאַציע: יידישע אויסלייגן

פאַר יידיש ניצט מען בדרך־כלל די גלייכע אותיות. דער הויפּט אונטערשייד איז אָבער אַז טייל אותיות אין יידיש באַצייכענען בלויז וואָקאַלן, אַזוי ווי ביי אַנדערע אייראָפּעאישע שפּראַכן. לויט דער טראַדיציע און דעם רוב פון אָפיציעלע אויסלייג סיסטעמען שרייבט מען די ווערטער פונעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט אַזוי ווי אין לשון־קודש. די כוללדיקע סיסטעם איז אַזאַ:

די אותיות בֿ, ח, כּ, שׂ, תּ און תֿ ווערן באַניצט בלויז אין ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם. די קאָמבינאַציעס וו, יי, ייַ און וי שרייבט מען צומאָל אַלץ דיגראַפן ליגאַטורן: װ, ײ, ײַ און ױ.

                                     

3. יידישקייט

לויט דעם יידישן רעליגיעזן בקיאות האָט גאָט באַשאַפן די וועלט מיט די אותיות.

די תורה איז געשריבן מיט א״ב, און אויב פעלט נאָר איין אות, טאָר מען לויט דער הלכה נישט מאַכן קיין ברכה ביים עולה זיין.