Топ-100
Back

ⓘ קוויבעק איז די צווייטע גרעסטע פון די קאנאדישע פראווינצן און טעריטאריעס, באפעלקערונג, און עקאנאמיש. קוויבעק געפינט זיך אין מזרח-צענטראלער קאנאדע און גרענעצט זיך ..




קוויבעק
                                     

ⓘ קוויבעק

קוויבעק איז די צווייטע גרעסטע פון די קאנאדישע פראווינצן און טעריטאריעס, באפעלקערונג, און עקאנאמיש. קוויבעק געפינט זיך אין מזרח-צענטראלער קאנאדע און גרענעצט זיך מיט די צפון-מזרח שטעט ניו יארק, ניו העמפשיר, מעין, און ווערמאנט פון די פאראייניגטע שטאטן.

קוויבעק אנטהאלט די גרעסטע פראנצויזישע באפעלקערונג אין צפון אמעריקע און פראנצויזיש איז דארט די אפיציעלע שפראך. די פראנצויזן האבן עטליכע מאל זיך פרובירט אפטיילן פון קאנאדע און גרינדן א זעלבסשטענדיג לאנד אבער אן ערפאלג. קוויבעק פארמאגט אן אייגענע פראווינציאנאלע רעגירונג וועלכע טוט איינקאסירן שטייערן און סערווירט א רייע סאציאלע פראגראמען וועלכע איז נישט פאראן אין די אנדערע פראווינצן.

די הויפטשטאט פון קוויבעק איז קוויבעק סיטי.

אין די לעצטע 35 יאר זענען די ליבעראלן און די פי-קיו געווען די צוויי אפיציעלע פארטייען וועלכע האבן זיך געטיילט מיט דער רעגירונג און האבן איינגעפירט פארשידענע סאציאלע פראגראמען אן קיין שום שטער. אין די לעצטע עטליכע יאר איז די עי-די-קיו אריינגעקומען אלס א יונגע פראנצויזישע פארטיי וועלכע איז מער רעכט געשטימט און האט גענאסן א באגרעניצטע שטיצע פון אלע ווינקלן. אום מערץ דעם 26סטן 2007 האט די עי-די-קיו זיך ארויפגערוקט צווייט צו די ליבעראלן אין די פראווינציאלע וואלן. און אקטאבער דעם ערשטן 2018 האט די סי-עי-קיו געוואנען א מאיאריטעט, און די ליבעראלן זענען געווארן די אפיציעלע אפאזיציע.

קוויבעק האט 75 פון די 308 זיצן אין דעם פעדעראלן פארלאמענט וואס געפונט זיך אין דער הויפטשטאט אטאווא. נאך די לעצטע וואלן וואס זענען פארגעקומען יאנואר 2006 האט די פראנצויזישע בי-קיו פארטיי - וואס איז נאנט פארבונדן מיט דער פראווינציאלער פי-קיו פארטיי - געווינען 51 זיצן, די פעדעראלע ליבעראלן 13, די קאנסערוואטיוון 10 און 1 זעלבשטענדיגער.

                                     

1. היסטאריע

דער ערשטער אייראפעער וואס איז אנגעקומען צום געגנט פון קוויבעק איז געווען דער אויספארשער זשאק קארטיער, וואס איז ארויפגעפארן די לענג פונעם סאנט לארענס טייך אין 1535.

                                     
  • מאנטרעאל פרא נצויזיש: Montréal, ענגליש: Montreal איז די גרעסטע שטאט אין קוויבעק א פראווינץ אין קאנאדע. איר באפעלקערונג איז 1, 620, 693 קאנאדישער צענזוס
  • רעדט איבערהויפט אין פראנקרייך. אויך רעדט מען זי אין בעלגיע, שווייץ און קוויבעק קאנאדע. היינט רעדן זי 77 מיליאן מענטשן ווי זייער מוטער שפראך און 128 מיליאן
  • פארטיי אין קוויבעק קאנאדע. די פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין 1968 אלס א פראנצויזישע פארטיי וועלכע פראמאטירט זעלבשטענדיקייט פאר קוויבעק זי זאל זיך אפטיילן
  • גרעסטע באפעלקערונג פון אלע פראווינצן, און האט דעם צווייטן גרעסטן שטח נאך קוויבעק די הויפטשטאט פון קאנאדע, אטאווא, געפינט זיך אין אנטעריא. אמטראק באן פארבינדט
  • פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע, פון 1993 - 2003. קרעטיען איז א ליבעראלער פון קוויבעק קרעטיען האט סערווירט 34 יאר זינט ער איז ערשט ערוועלט געווארן צום קאנאדישן
  • סטעפאן סעינט לורענט איז געווען 12טער קאנאדע ס פרעמיער מיניסטאר פון 48 - 57 א ליבעראלער פון קוויבעק זען  רעדן  ענדערן קאנאדע ס פרעמיער מיניסטארן
  • מיניסטאר פון 1968 ביז 1979 און אויך פון 1980 - 1984. א ליבעראלער פון מאנטרעאל, קוויבעק ער איז געווען באוואוסט מיט זיינע גוטע אינקניפונגן מיט די פאראייניגטע שטאטן
  • סעפטעמבער 1984 ביז 25סטן יוני 1993. ער איז א פראגרעסירער קאנסערוואטיוו פון קוויבעק ווען ער איז געווען אין אמט האט ער אדורכגעפירט דעם קאנאדע פאראייניגטע שטאטן
  • ניו יארק. דעטרויט, מישיגען. מיאמי, פלארידע. טאראנטא, אנטעריא. מאנטריאל, קוויבעק יאהאנעסבורג סענטאון קאפשטאט גאלדעס גרין, לאנדאן. סידני. אור שמח וועבזייטל

Users also searched:

...