Топ-100
Back

ⓘ מעבל ..




                                               

בעט

א בעט איז א סארט מעבל אויף וואס מען שלאפט. היינטיקע צייטן האט א בעט נארמאל א ווייכן מאטראץ אויף א בעט־ראם. אויך לייגט מען אויפן מאטראץ א ליילעך און נאך א ליילעך איבערן מענטש. אויך לייגט מען א קישן אונטערן קאפ.

                                               

טאמבאנק

א טאמבאַנק איז א האריזאנטאלער ארבעטס־אייבערפלאך אין א קיך אדער באדצימער אדער נארוועלכער ארבעטצימער. אפטמאל געפינען זיך שענקלעך אונטערן טאמבאנק. די הייך פונעם אייבערפלאך ווערט געשטעלט כדי עס זאל זיין באקוועם צו ארבעטן דערויף. א טאמבאַנק קען אויך זיין אן אייבערפלאך צווישן די ארבעטער וואס באדינען דעם עולם און דעם פובליק.

                                               

טיש

צו מיינט איר טיש? א טיש ווערט באנוצט צום עסן, לערנען, שטודירן, ארבעטען. ווערט גלייכצייטיג באנוצט צו זאגן: האסט עפעס געברענגט צום טיש, מיינענדיג: סאיז דא פון וואס צו רעדן.

                                               

שאנק

א שאנק איז אזא קאסטן פון האלץ, א שטיק מעבל, אמאל שטייט ער אליין, אמאל ווערט ער אריינגעבויט אין א וואנט. מען נוצט א שאנק איינצושפייכלערן פארשידענע זאכן, למשל עסן, קליידער, געשיר, ספרים אדער ביכער. געוויינטלעך האט א שאנק א טיר אדער עטליכע טיר, אפשר מיט א שלאס. סקען אויך האבן שיפלאדן. ווען איינער האט א סאך ספרים קען ער האלטן זיי אין א ספרים-שאנק. קליידער האלט מען אין א קליידערשאנק.

                                               

שטול

א שטול אדער א בענקל איז א פארשפרייט מעבלשטיק וואס ווערט געניצט פאר איין מענטש צו זיצן אויף אים. א שטול האט פיר פיס. סזענען דא פארשיידענע סארטן שטולן, לויט זייערע צילן. א שטול מיט רעדער קען מען א דריישטול אדער א רעדערשטול; א שטול וואס הענגט איז א הוידלקע.

                                               

שפיגל

א שפיגל איז אן אביעקט וועלכע וואס שפיגלט אפ ליכט אויף א שטייגער אז מען קען זען אינעם שפיגל א בילד פון דער אריגיענעלער זאך. שפיגלען ווערן געמאכט מערסטנס פון גלאז באדעקט פון הינטן מיט א דינע שיכט מעטאל - געווענליך זילבער. שפיגלען ווערן געניצט אין פארשיידענע אפאראטן ווי טעלעסקאפן און קאמערעס. אן אויטאמאביל דארף האבן שפיגלען צו דערלויבן זיין שאָפֿער צו זען וואס פאסירט הינטער אים. שפיגלען ווערן אויך געניצט ווי מעבל צו מאכן שיין הייזער און אנדערע געביידעס.