Топ-100
Back

ⓘ דויערהאפטיקייט. אויסדויער אדער דויערהאפטיגקייט איז א נאכנאנדיגער עקשנות און סבלנות ביי פיזישע איבונגען וואס די נערוון סיסטעם און דאס הארץ און אטעמען האלטן אן טר ..




דויערהאפטיקייט
                                     

ⓘ דויערהאפטיקייט

אויסדויער אדער דויערהאפטיגקייט איז א נאכנאנדיגער עקשנות און סבלנות ביי פיזישע איבונגען וואס די נערוון סיסטעם און דאס הארץ און אטעמען האלטן אן טראץ די שווערע ארבעט פון די מוסקלען וואס פארברענען אקסיזשען און גלוקאז און מדארף אויך פטור ווערן פון די אפפאל.

דאס אנטוויקלט מען בעיקר דורך לייכטע איבונגען פאר לאנגע צייט שטרעקעס, גיין שטאקן פון טרעפ, שפאצירן שנעל, לויפן, שווימען, פארן אויף א ביציקל. א.א.וו.

דאס איז איינער פון די פינף הויפט פאקטארן וואס מארבעט זיך אויס ביים מאכן איבונגען און עס איז זייער געזונט דאס צו פארבעסערן און פארשטערקערן.

דאס לערנט אויס פארן מענטשנס קערפער אריינצונעמען מער אקסיזשען אין מינימאלער צייט, און שנעלערע בלוט צירקולאציע פון אקסיזשען פאר אלע צעלן. דאס מאכט די פאלגנדע מעלות פארן געזונט:

  • נידעריגער בלוט דרוק.
  • פארשטערקערטע הארץ.
  • ברענגט ארויף גוטע קאלעסטאראל.
  • פארשטערקערטע בלוט שטראם.
  • פארשטערקערטע מוסקלען.
  • פארקלענערט הארץ קלאפערייען.
  • פארברענט קאלעריעס.

דאס קען אויך זיין אין פנים פון מאנטאלע נסיונות.